„קלעזפֿעסט‟ אין בראָנקס דעם זונטיק

Klezfest in the Bronx This Sunday

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published May 30, 2019.
עלינאָר ווײַל
עלינאָר ווײַל

שוין צום 7טן מאָל אָרדנט דער „שלום־עליכם קולטור־צענטער‟ אין בראָנקס אײַן זײַן יערלעכן פֿעסטיוואַל „קלעזפֿעסט‟.. דער איינטאָגיקער טאַנצקאָנצערט פֿלעגט פֿאָרקומען ווינטערצײַט, אָבער מע האָט עס געגעבן אויף זומערצײַט, כּדי ניט צו קאָנקורירן מיטן פֿעסטיוואַל „ייִדיש־ניו־יאָרק‟.

„קלעזפֿעסט‟ קומט הײַיאָר פֿאָר זונטיק, דעם 2טן יוני, פֿון 1:30 ביז 4:30 נאָכמיטאָג. עס וועלן אויפֿטרעטן די פֿראַנצייזישע ייִדישע זינגערין עלינאָר ווײַל, דער לעטלענדישער אַקאָרדעאָן־שפּילער איליע שנײווײַס און די קלעזמער־קאַפּעליע „פּרנסה‟ מיט נחום גאָלדענשטיין בראָש. דזשודי סוויט וועט אָנפֿירן מיט די טענץ.

עלינאָר ווײַל איז באַקאַנט סײַ אין דער קלעזמער־וועלט, סײַ בײַ די קרײַזן פֿון דער פֿראַנצייזישער פֿאָלקס־מוזיק, ווי אַ זינגערין און אַ מוזיקערין מיט אַ ברייטן רעפּערטואַר. אויף ייִדיש זינגט זי מיט דער פּאָפּולערער ניו־יאָרקער קאַפּעליע „ציבעלע‟; מיט דער זינגערין און עטנאָמוזיקאָלאָגין עלינאָר ביזונסקי; מיט איר מאַן, דעם פֿידלער דזשייק שולמאַן־מענט און אויף אירע אייגענע אַלבאָמען. אַחוץ ייִדיש, פֿראַנצייזיש און ענגליש זינגט זי אויך פּראָווענסאַליש, אַרײַנגערעכנט אויפֿן אַמאָליקן ייִדישן דיאַלעקט דערפֿון. זי איז אויך באַקאַנט פֿאַרן שפּילן אויף אַלערליי מינים פֿלייט, אַן אינסטרומענט וואָס איז אַמאָל געווען בײַם אויבן־אָן פֿון דער טראַדיציאָנעלער ייִדישער מוזיק.

איליע שנײווײַס שפּילט אַקאָרדעאָן שוין לאַנגע יאָרן אין פֿאַרשידענע קאַפּעליעס, אַרײַנגערעכנט „פֿאָרשפּיל‟ מיט דער זינגערין סאַשע לוריא,וואָס איז אויך פֿון לעטלאַנד, און אין דער קאַפּעליע „דאָבראַנאָטש‟.

אײַנטריט צום פֿעסטיוואַל איז 5$ פֿאַר מיטגלידער פֿונעם „שלום־עליכם־צענטער‟ און 10$ פֿאַרן ברייטן עולם.

נאָך אינפֿאָרמאַציע, באַזוכט: https://www.facebook.com/Sholem-Aleichem-Cultural-Center-Bronx-238579126233379/.