אױף נאַציאָנאַלן אויסלייג־קאָנקורס מאָנט מען אויסלייג פֿון „ייִדישקייט״

At National Spelling Bee, Student Is Asked To Spell “Yiddishkeit”

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published May 31, 2019.

שוין צום דריטן מאָל אין זעקס יאָר האָט מען אַרײַנגענומען אינעם באַרימטן אַמעריקאַנער אויסלייג־קאָנקורס, די Scripps Spelling Bee, אַ ייִדיש־וואָרט.

ניט געקוקט אויף דעם, וואָס צוליבן פֿאַקט, אַז ייִדיש שרײַבט מען מיט ייִדישע אותיות און ס׳איז דערפֿאַר ניט קיין איין ריכטיק אופֿן אויסצולייגן אַ ייִדיש וואָרט מיט לאַטײַנישע אותיות, האָט אַ קינד זיך ווידער געדאַרפֿט אויספּלאָנטערן, ווי אַזוי מע שרײַבט אַ ייִדיש וואָרט, די ריכטער זאָלן זײַן ענטפֿער האַלטן פֿאַר גערעכט.

דאָס מאָל גייט די רייד וועגן דעם וואָרט „ייִדישקייט‟. רישיק גאַנדהאַזרי, פֿון סאַן־פֿראַנציסקאָ, קאַליפֿאָרניע, האָט ריכטיק געטראָפֿן אין דער פֿערטער רונדע, אַז דאָס וואָרט לייגט מען, אַ פּנים, אויס אויף ענגליש yiddishkeit. וואָס וואָלט, אָבער, אַ שטייגער, געווען, ווען ער וואָלט געהאַט געענטפֿערט: y-i-d-i-s-h-k-e-y-t, ווי עס רעקאָמענדירט די ראָמאַניזאַציע־סיסטעם פֿונעם ייִוואָ? ווען מע וואָלט אים געהאַט געזאָגט אַז זײַן ענטפֿער איז ניט געווען גערעכט און אים דערפֿאַר באַזײַטיקט פֿונעם פֿאַרמעסט, וואָלט דער ייִוואָ דאַן אָפּגעענטפֿערט מיט אַ פּראָטעסט־בריוו?

אַ ביסל אַן ענלעכע סיטואַציע איז פֿאָרגעקומען מיט 6 יאָר צוריק. ניט קיין וואָרט פֿון אַ פֿריִערדיקער רונדע, נאָר דווקא דאָס סאַמע־לעצטע וואָרט פֿונעם גאַנצן קאָנקורס, וואָס זײַן געווינער באַקומט אַ פּרעמיע פֿון $50,000 איז געווען „קניידל‟. צום גליק האָט אַרווינד מאַהאַנקאַלי ריכטיק געענטפֿערט, אַז מע זאָל דאָס וואָרט אויסלייגן knaidel. צו יענער צײַט האָט די „ניו־יאָרק טײַמס‟ איבערגעגעבן, אַז געוויסע ייִדישיסטן זענען ניט געווען צופֿרידן, וואָס מע האָט געפֿאָלגט דעם אויסלייג פֿונעם „וועבסטער‟־ווערטערבוך, און ניט די „ייִוואָ‟־ראָמאַניזאַציע־סיסטעם. אין 2016 האָט מען ווידער אַרײַנגענומען אַ ייִדיש־וואָרט אינעם קאָנקורס, דאָס מאָל „כרעמזלעך‟, וואָס דזשײַראַם האַטוואַר האָט ריכטיק אויסגעלייגט ווי chremslach אין דער 23סטער רונדע. האַטוואַר האָט שפּעטער געוווּנען דעם קאָנקורס.

אַ רחמנות, נעבעך, אויף די אומשולדיקע קינדער, וואָס דאַרפֿן זיך טרעפֿן אויף דער טעלעוויזיע ווי אַזוי אויסצולייגן אַ ייִדיש־וואָרט, ווען די דערוואַקסענע קענען אַפֿילו ניט באַשליסן צווישן זיך, ווי אַזוי מע זאָל אַזאַ וואָרט אויסלייגן!