אַ בריק צווישן פֿרומע און לינקע

Bridging Orthodox And Secular

בעת אַן אַגודת־ישׂראל טור איבער פּוילישע שטעט און שטעטלעך, 1931
Bais Yaakov Project/Leo Deutschlander
בעת אַן אַגודת־ישׂראל טור איבער פּוילישע שטעט און שטעטלעך, 1931

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published June 18, 2019.

דעם 27סטן־29סטן מײַ 1912 איז אין דער פּוילישער שטאָט קאַטאָוויץ פֿאָרגעקומען די היסטאָרישע קאָנפֿערענץ, בעת וועלכער מע האָט געגרינדעט די אינטערנאַציאָנאַלע פֿרומע אָרגאַניזאַציע „אַגודת־ישׂראל‟. דעם פֿאַרגאַנגענעם שבת איז געווען דער יאָרטאָג פֿון דער דאָזיקער אונטערנעמונג.

נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה האָט די „אַגודה‟ רעפּרעזענטירט די חסידישע און סתּם חרדישע ייִדן אינעם פּוילישן פּאַרלאַמענט — אַ זעלטענער פֿאַל פֿון אַ בפֿירוש פֿרומער פּאָליטישער פּאַרטיי אין אייראָפּע. צווישן אירע טוער איז געווען הרבֿ יהודה־מאיר שאַפּיראָ — אַ דעפּוטאַט פֿונעם פּוילישן סיים פֿון 1922 ביז 1927 — וועלכער האָט מחדש געווען דעם „דף־יומי‟, דאָס לערנען יעדן טאָג גמרא. אין לעטלאַנד איז „אַגודת־ישׂראל‟ געווען אַ ממשותדיקע פּאָליטישע פּאַרטיי פֿון 1922 ביז 1934.

קאַטאָוויץ איז אַ גרויסע שטאָט אין דרום־פּוילן — הײַנט וווינען דאָרטן כּמעט 300 טויזנט תּושבֿים — וואָס געפֿינט זיך נישט ווײַט פֿון דער טשעכישער און סלאָוואַקישער גרענעץ. אין דער צײַט ווען די גרינדונג־קאָנפֿערענץ פֿון דער „אַגודה‟ איז פֿאָרגעקומען, איז קאַטאָוויץ געווען נאָענט צו דער רוסלענדישער און עסטרײַך־אונגערישער אימפּעריע — אַ צווישן־פּונקט און דערפֿאַר זייער פּאַסיק פֿאַר אַזאַ מין אונטערנעמונג.

אין נאָוועמבער 1884 איז אין קאַטאָוויץ פֿאָרגעקומען אַן אַנדער וויכטיקע פֿאַרזאַמלונג, פֿון דער אָרגאַניזאַציע „חובֿבֿי־ציון‟. די אונטערנעמונג איז געווען געווידמעט דעם 100סטן געבוירן־טאָג פֿונעם באַרימטן פֿילאַנטראָפּ משה מאָנטעפֿיאָרע, וועלכער איז מיט עטלעכע חדשים שפּעטער ניפֿטר געוואָרן. „חובֿבֿי־ציון‟ אָדער „חיבת־ציון‟ איז לאַוו־דווקא געווען אַ ציוניסטישע אָרגאַניזאַציע אינעם הײַנטיקן זין פֿון וואָרט. אירע אַקטיוויסטן האָבן געשטיצט עמיגראַציע פֿון מיזרח־אייראָפּע, בפֿרט פֿון רוסלאַנד, קיין ארץ־ישׂראל, אָן קיין פּלענער צו שאַפֿן דאָרטן אַ ייִדישע מלוכה.

אין 1902 איז אין ווילנע געגרינדעט געוואָרן אַן אַנדער מין רעליגיעז־ציוניסטישע אָרגאַניזאַציע — „מזרחי‟. (די הײַנטיקע רעליגיעזע ציוניסטן רופֿט מען נאָך אַלץ „די מיזרחיסטן‟, ווי אַ פּעיאָראַטיוו, אין די ייִּדיש־רעדנדיקע חרדישע קרײַזן.) „מזרחי‟ האָט באַלד אָנגעהויבן בויען אייגענע בילדונג־אינסטיטוציעס וואָס האָט שטאַרק פֿאַרזאָרגט אַזעלכע באַקאַנטע חרדישע טוער, ווי דער גערער רבי און דער „חפֿץ־חיים‟, וועלכע האָבן אײַנגעזען אין „מזרחי‟ די קלאַסישע פּראָבלעמען פֿונעם וועלטלעכן ציוניזם, אָבער אײַנגעוויקלט אין אַ מאָדערן־אָטראָדאָקסיש פּעקל: דער טראַפּ אויף וועלטלעכע „נאַציאָנאַלע‟ ווערטן אַנשטאָט פֿרומקייט; העברעיִש אַנשטאָט ייִדיש; חלומות אַוועקצופֿאָרן אין ארץ־ישׂראל און אויפֿשטעלן דאָרטן אַן אייגן לאַנד.

ס׳איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז ווײַט נישט אַלע פֿרומע ייִדן זענען געווען צופֿרידן מיט דער „אַגודה‟. אַ גאַנצע ריי אַנטי־ציוניסטישע רבנים האָבן געטענהט, אַז להיפּוך צו דער דערקלערטער קעגנערשאַפֿט צו די „מיזרחים‟, מאַכט די „אַגודה‟ פֿאַקטיש נאָך זייערע מעטאָדן. אַ טיילן האָבן פּשוט געוואָלט בלײַבן אומאָפּהענגיק און נישט האָבן קיין אָפֿיציעלע אָרגאַניזאַציע איבער זייערע פּלייצעס. אַ טייל האָבן אויך מורא געהאַט, אַז דער טראָפּ אויף דווקא חרדישע דעות און מינהגים קאָן פֿאַרוואַנדלען די לעבעדיקע ייִדישקייט אין אַ פֿאַרגליווערטער טויטער סיסטעם.

ס׳איז וויכטיק צו באַמערקן, אַז די הײַנטיקע ארץ־ישׂראלדיקע פּאַרטיי „אַגודת־ישׂראל‟ איז לאַוו־דווקא אַ המשך פֿון דער היסטאָרישער באַוועגונג אין מיזרח־אייראָפּע. די ווערטן, צוועקן, און מעטאָד פֿון ביידע אָרגאַניזאַציעס שיידן זיך היפּש אונטער. בקיצור, די אָריגענעלע „אַגודה‟ האָט געשטרעבט צו זײַן אַן אינטערנאַציאָנאַלע אָרגאַניזאַציע, אָבער די ארץ־ישׂראלדיקע פּאַרטיי – דווקאַ אַ נאַציאָנאַלע.

די אָריגינעלע „אַגודה‟, נישט געקוקט אויף געוויסע חסרונות און באַגרענעצונגען צוליב איר חרדישער אָריענטאַציע, איז געווען אין אַ סך אַספּעקטן אַ פּראָגרעסיווע אָרגאַניאַציע, וועלכע האָט, אויף איר אייגענעם שטייגער, מסכּים געווען מיטן בונדישן פּרינציִפּ פֿון „דאָיִקייט‟. „אַגודה‟ האָט געגעבן ייִדן אַ מעגלעכקייט זיך צו לערנען פּראָפֿעסיאָנעלע פֿאַכן; אַנטוויקלט די ייִדישע שפּראַך און קולטור און געהאָלפֿן צו שאַפֿן בליִענדיקע ייִדישע קהילות אין מיזרח־אייראָפּע.

וואָס שייך ייִדיש, האָט די „אַגודת־ישׂראל‟ אויפֿגעטאָן גאָר אַ סך. מיט איר צעצווײַגטער סיסטעם פֿון ייִדיש־רעדנדיקע שולן — ווי למשל די מיידל־שולן „בית־יעקבֿ‟ — מיט אייגענע ייִדישע צײַטונגען, קאָן זי באַטראַכט ווערן ווי אַ מעכטיקע פֿרומע ייִדישיסטישע אָרגאַניזאַציע..

איר סאָציאַליסטיש־געשטימטער פֿליגל, „פּועלי אַגודת־ישׂראל‟, געשאַפֿן אין לאָדזש אינעם יאָר 1922, האָט מיט דערפֿאָלג קאָאָפּערירט מיט וועלטלעכע ייִדישע באַוועגונגען און קאָן באַטראַכט ווערן ווי אַ מין בריק צווישן די פֿרומע און לינקע ייִדיש־טוער. די אַרכיוון פֿון דער דאָזיקער „בריק‟ און אומצאָליקע אַנדערע דאָקומענטן אויף ייִדיש — ביכער, צײַטונגען, זשורנאַלן, בריוו — קאָן מען הײַנט געפֿינען אינעם ניו־יאָרקער הויפּטשטאַב פֿון דער אָריגינעלער אינטערנאַציאָנאַלער אָרגאַניזאַציע.