אַ ייִדישיסטישע חתונה צום געדענקען

A Yiddishist Wedding To Remember

Melissa Robotti

פֿון הערשל גלעזער

Published June 25, 2019.

זונטיק דעם 23סטן יוני, אין באָסטאָן, מאַסאַטשוסעטס, האָט ריינע־נחמה שעכטער, אַ זינגערין פֿונעם באַקאַנטן ייִדישן דועט „די שעכטער טעכטער” וואָס קומט פֿון דער סמעטענע פֿון דער ייִדישיסטישער וועלט, חתונה געהאַט מיט ד”ר אײַזיק בלימאַן, אַ נײַער פּראָפֿעסאָר פֿון לינגוויסטיק אינעם קאַליפֿאָרניער אוניווערסיטעט אין בערקלי, און אַן אויפֿגייענדיקער שטערן סײַ אין דער ייִדיש־סבֿיבֿה, סײַ אין דער שפּראַכפֿאָרשונג.

ס׳איז געווען אַ געשעעניש פֿול מיט ליבשאַפֿט, הומאָר און טאַלאַנט פֿון אַלע זײַטן. ס׳איז אויך געווען אַ געמיש פֿון ייִדיש, ענגליש און לשון־קודש, האָט מען געהאַט סײַ די טאָג־טעגלעכע וועלט, סײַ די רוחניותדיקע.

כּתובות האָט מען געהאַט צוויי: די טראַדיציאָנעלע אויף לשון־קודש און אַ צווייטע אויף מאַמע־לשון און אויף ענגליש, אַליין אָנגעשריבן פֿון חתן־כּלה. נישט דאָס ערשטע מאָל וואָס דעם שרײַבער פֿון די שורות איז אויסגעקומען צו הערן „היימישע“ נוסחאָות פֿון אַ כּתובה, אָבער דאָס איז בלי־ספֿק געווען די שענסטע.

Susan Leviton

חופּה־וקידושין איז אויך געווען סײַ טראַדיציאָנעל, סײַ נאָוואַטאָריש. דער מסדר־קידושין, משה עדװאַרדס (היברו־קאַלעדזש), האָט גערעדט סײַ אויף ייִדיש, סײַ אויף ענגליש; נישט נאָר האָט דער חתן געזאָגט „הרי אַתּ“, נאָר די כּלה אויך „הרי אַתּה“; די כּלה איז פֿיר מאָל אַרומגעגאַנגען אַרום דעם חתן, און דער חתן — דרײַ מאָל אַרום דער כּלה.

ווי עס פּאַסט פֿאַר דער חתונה פֿון אַ שפּראַכפֿאָרשער האָט מען אונטער דער חופּה געלייגט דעם טראָפּ אויף סך־שפּראַכיקייט: די שבֿע ברכות האָט מען געמאַכט נישט נאָר אויף לשון־קודש, נאָר אויך אויף מאַמע־לשון, ענגליש, שפּאַניש, פֿראַנצייזיש, פּאָרטוגאַליש, לאַטײַניש און טאַמיל. איז דער צוגאַנג נישט בלויז געווען אַ ייִדישיסטישער, נאָר אויך אַ „לינגוויסטישיסטישער“…

שייך צו זאָגן טאַלאַנט? פֿון כּלהס צד האָט זי, ווי אויך איר שוועסטער טעמע (די צווייטע זינגערין פֿון „די שעכטער־טעכטער“) געזונגען פֿאַר די איבער הונדערט געסט. טעמע האָט, באַגלייט מיט אַ יוקאַלעלי, געזונגען אַן אייגן ליד וועגן איר טיפֿער חבֿרשאַפֿט מיט ריינען און אײַזיקן. ריינע האָט געזונגען דאָס באַקאַנטע ליד, Autumn In New York, און דערנאָך אַ רירנדיקע ווערסיע אויף ייִדיש, „אָסיען אין ניו־יאָרק‟, וועגן זייער איבערציִען זיך קיין קאַליפֿאָרניע, און אירע אָפֿנהאַרציקע געפֿילן וועגן דעם.

טעמע און דער ברודער דניאל האָבן אויך דערציילט באַריכות וועגן זייערע באַציִונגען מיט דער כּלה און וואָס פֿאַר אַ מענטש, מיטן טראָפּ אויף „מענטש” ס׳איז פֿון איר געוואָרן.

די קאַפּעליע, די „קלעזמער־קאָנסערװאַטאָרי־בענד“, אָנגעפֿירט פֿון די באַקאַנטע קלעזמאָרים האַנקוס נעצקי און דזשים גוטמאַן, האָט געשפּילט סײַ ייִדישע פֿאָלקס־ און טעאַטער־לידער, סײַ חתונה־ („קלעזמער־“) מוזיק, סײַ אַמעריקאַנער טעאַטער־לידער אד״גל פֿאַרן ענגליש־שפּראַכיקן טייל עולם.

הײַנט הומאָר: לויט דער אַמעריקאַנער טראַדיציע פֿון חכמהן זיך אויפֿן חשבון פֿון חתן־כּלה האָבן גוטע־פֿרײַנד דערציילט קאָמישע עפּיזאָדן פֿון זייער באַקאַנטשאַפֿט מיטן נײַעם פּאָרפֿאָלק. דער בעסטער װיץ איז, דאַכט זיך, געקומען פֿון דער כּלה אַלײן: ווען ריינע און אײַזיק האָבן זיך געשלאָגן מיט דער דעה צי זיי זאָלן טאַקע חתונה האָבן. פֿאַר וואָס זשע? געווען אַ ספֿק צי זיי האָבן זיך ליב? ניין. צי זיי זענען אַ זיווג מן השמים? חס־ושלום! אַז מיט זייער חתונה האָבן וועלן זיי דערגרייכן זייער גרויסע אַמביציע, דאָס ברענגען אַ נײַע ייִדיש־שפּראַכיקע און ייִדישיסטישע משפּחה אויף דער וועלט? אַוודאי נישט. פֿון דער אַנדערער זײַט איז דאָ אַ חסרון: ווען זיי האָבן חתונה נישט מיט זיך, נאָר מיט אַנדערע, וואָלט מען געקענט שאַפֿן צוויי באַזונדערע ייִדישיסטישע משפּחות מיט צוויי מאָל אַזוי פֿיל קינדער וואָס רעדן מאַמע־לשון… דאַנקען גאָט, איז מען געקומען צו דער מסקנא אַז מע טאָר בשום־אופֿן נישט אַדורכלאָזן די מעגלעכקייט פֿון אַזאַ גליקלעך צוזאַמענלעבן און אַזאַ געראָטענער משפּחה, וואָס וועט היטן סײַ די טראַדיציעס פֿון אַבֿרהם אָבֿינוס צײַטן אָן, סײַ די מיצווה רעדן ייִדיש, ווי ס׳פֿלעג זאָגן ריינעס זיידע ד״ר מרדכי שעכטער ע״ה.

Melissa Robotti

ווינטשן מיר מאַן־און־ווײַב אַל דאָס גוטס, סאַמע גליק און הצלחה. פֿאַר קאַליפֿאָרניע איז עס דאָס גרעסטע געווינס!