גרוניע סלוצקי־קאַהן


עדיטאָריאַל

ליטעראַטור

מענטשן און געשעענישן

געשיכטע

פּובליציסטיק

ישׂראל, מיטל־מיזרח

אַנטיסעמיטיזם

ייִדיש־וועלט

קונסט און קולטור

רוחניות

קהילה

אין אָנדענק

טשיקאַוועסן

שנייעלעך

פֿון גרוניע סלוצקי־קאַהן

שנייעלעך

שנייעלעך, שנייעלעך, ווײַסינקע שנייעלעך,
אַ פֿאַרגעניגן צו קוקן אויף אײַך.
שטיל און פּאַוואָליע באַדעקט איר די ערד,
און פֿריילעך אין האַרצן גלײַך, שנייעלעך, ווערט.

קינדערלעך מאַכן אַ שניימענטש לעם הויז,
אַ יעדן באַגריסט ער, סײַ קליין און סײַ גרויס.
ס’קומען קאַנאַדע באַזוכן פֿיל געסט,
ווען שנייעלעך פֿאַלן, פֿאַרשווינדן די פֿרעסט.

ווינטער, ביסט דאַן אַזוי צאַרט, אַזוי שיין,
ווען שנייעלעך פֿאַלן ביסטו מלא־חן.
נעמסט אונדז האַרציק אַרום,
דערוואַרעמסט די נשמה,
דערלאָזסט ניט די פֿרעסט צו נעמען נקמה.

שנייעלעך, שנייעלעך, ווײַסינקע שנייעלעך,
אַ פֿאַרגעניגן צו קוקן אויף אײַך,
שטיל און פּאַוואָליע באַדעקט איר די ערד,
און וואַרעמט זי אָן, און באַשיצט זי פֿון קעלט.


בײַם טײַכל

אַזוי שטיל, אַזוי גרין, אַזוי שיין
דאָס וואַסער אין טײַך אַזוי ריין
עס שווימען דאָרט קאַטשקעלעך פֿיל
און פֿייגעלעך זינגען גאָר שטיל.
עס כאַפּן צוויי אַלטיטשקע פֿיש
די לופֿט איז אַרום אַזוי פֿריש
פֿאַרכּישופֿט דאָס גראָז און די בלעטער
שוין לאַנג ניט געווען אַזאַ וועטער
ווי שלעפֿעריק איז די נאַטור
דער ווינט האָט פֿאַרלאָרן זײַן שפּור
די וואָלקנס זיי זענען גאָר ווײַט
דער רעגן ער איז נאָך ניט גרייט
עס וואַרעמט די זון אַזוי ברייט
לאָזט שמירן די גאָלדענע קייט.


כ׳האָב ליב צו וואַנדערן

אין וואַלד און אין די בערג
געוואַנדערט האָב איך אַליין
באַוווּנדערט די נאַטור
ווי שטיל, ווי רײַך, ווי שיין
געקליבן אַ בוקעט פֿון בלומען אַלערליי.
ווי פּערל און ווי גאָלד, נאָך שענער זענען זיי.
און בלוי און ווײַס און רויט
געפֿלאָכטן אין אַ קייט
באַפּוצט אַרום מיט גרין,
מיט בלעטער צאַרט און דין.
געלאָפֿן שנעל אַהיים,
אין קלאָרן וואַסער שטיין. געלאָזט זיי איבער נאַכט
זיך אויפֿגעכאַפּט — אַ פּראַכט!
זיי שטייען אויסגערוט און ווינקען: ס׳איז אונדז גוט.
די קעפּלעך אויסגעגלײַכט, דאָס וואַסער קוים וואָס ס׳גרייכט
„גוט־מאָרגן, מײַנע פֿרײַנד. נאָך שענער זײַט איר הײַנט
לעבט לאַנג, זײַט מײַנע געסט, בליט אויף אין נײַעם נעסט.‟


אַ געבענטשט פּאָרעלע

שנייעלעך
געבענטשט פֿון גאָט איז שׂרהלע
אַ צוגעפּאַסטע פּאָרעלע
זיי האָבן שוין פֿינף קינדערלעך
צוויי מיידעלעך, דרײַ ייִנגעלעך
אַזוי יונג זעט אויס שׂרהלע
און טוט אַלץ, קיין עין־הרע איר
זי קאָכט און באַקט און לייענט פֿיל
די קינדערלעך ווי ייִדעלעך
דערציִען איז איר ציל
און שטענדיק מיט אַ שמייכל
עס פֿעלט איר ניט קיין שׂכל.
ווי שעפֿעלעך נעמט שׂרהלע די קינדערלעך אַרום
זיי קומען זיך צו לויפֿן פֿון אומעטום
און אַלע צו דער מאַמען
זי האָט דאָך טויזנט טעמען
דעם טאַטן גרויסן כּבֿוד
גיט שׂרהלע אָפּ תּמיד
די מאַמע אירע אסתּר
זעט אויס פּונקט ווי אַ שוועסטער
צוויי קלוגע שוואַרצע אויגן
מען קען זיי אַלעס גלויבן
דער טאַטע, אַ געליטענער
די הענט קיין מאָל נישט ציטערן
גיט צדקה, העלפֿט אַרויס
ווען ס׳איז די נויט גאָר גרויס
זיי היטן אָפּ דעם זיידן
ווי אין אַלטע צײַטן
צו ג־ט און צו לײַטן.Read More


הײַנט איז יאָרצײַט…

פֿון גרוניע סלוצקי־קאַהן

דער הימל איז הײַנט אַזוי גרוי, קיין ביסעלע בלוי, טויטע שטילקייט הערשט אַרום
די פֿייגל זינגען ניט, קײן לידער קלינגען ניט,
ס׳רירט זיך ניט קײן גראָז,
אַ שלעכטע בשׂורה האָט געבראַכט דער װינט.

אַראָפּגעלאָזט די קעפּ שטײען די רויזן,
און די װײַסינקע בעריאָזקעס,
די גאַנצע נאַטור טרויערט
צוזאַמען מיט אונדז.
ס׳לאָזט זיך גאָר ניט גלויבן.
ס׳לאָזט זיך גאָר ניט גלויבן…

איינזאַם זיץ איך בײַ מײַן פֿענצטער,
כ׳נעם די פּען נישט הײַנט אין האַנט
און עס דאַכט זיך מיר, איך זע זיי,
די דערמאָרדעטע פּאָעטן,
און זיי מורמלען שטיל און בעטן:
„זײַ אונדז מוחל, ייִדיש לאַנד!
געזינדיקט קעגן דיר, געזינדיקט,
און באַצאָלט דערפֿאַר אַ פּרײַז…
דערשאָסן דײַנע זין, דערשאָסן,
אין די קעלערן פֿון לוביאַנקע,
בלויז די ערד האָט דאָס געזען,
װי די מערדער, אָן רחמנות,
האָבן אונדזער בלוט פֿאַרגאָסן”.

פֿאַרשטומט די לירע פֿון מאַרטירער,
פֿאַרשװוּנדן איז זייער געביין,
נישט קיין קבֿר, נישט קיין קדיש,
קיין מצבֿה אויך נישטאָ.

װוּ רוען אײַערע בײנער, ווייסט נישט קיינער,
בלויז די װענט פֿון לוביאַנקע װייסן דעם אמת,
און שװײַגן, אַזוי פֿיל יאָרן שװײַגן זיי,
אַזוי פֿיל יאָרן…

ס׳זינגט ניט פּרץ מאַרקיש מער זײַן ליד,
ס׳קלינגט ניט פֿעפֿערס שטים:
„איך בין אַ ייִד”
פֿאַרשטומט משה קולבאַקס ליד:
„געזען האָב איך ייִדישע װערטער,
װי פֿײַערלעך קלײנע…”
פֿאַרשטומט דוד בערגעלסאָן, לייב קװיטקאָ,
אַלע „פֿאַרשטומט”…. װײן, מײַן פֿאָלק, װײן!
באַװײן דײַנע זין!

אומגעבראַכט די ייִדישע פּאָעטן,
די צירונג פֿון מײַן פֿאָלק, די קרוין,
ניט אין טויט־לאַגערן, ניט אין געטאָס,
אין „פֿרײַען” לאַנד פֿון די סאָװעטן.
שפּאָט און שאַנד! שפּאָט און שאַנד!
װידער ביסטו, ייִד, דער קרבן.

הײַנט איז יאָרצײַט…
אָ, מערדער גרויזאַמער!
אויף דײַן געװיסן איז זײער בלוט,
אויף דײַן געװיסן.
באַזונגען דיך, געגלויבט אין דיר,
געװען געטרײַ דיר ביז צום לעצטן אָטעם
און „דו” געציטערט האָסט פֿאַר זייער שאָטן,
אַלע אומגעבראַכט.
דאָס ייִדיש ליד דערשטיקן איז דיר נישט געלונגען,
דער טויט האָט דיך אַליין פֿאַרשלונגען,
זיך צוקוקן מער נישט געקענט.
אַלץ האָט אַן אָנהייב און אַ סוף…
הײַנט איז יאָרצײַט, לאָמיר זאָגן קדיש!
לאָמיר זאָגן קדיש!Read More


אַ תּפילה

פֿון גרוניע סלוצקי־קאַהן

ליבער ג־ט,
איך שטיי פֿאַר דײַן געריכט און בעט:
זײַ ניט שטרענג, דו ביסט דאָך ג־ט.
איך בין אַ ייִדישער פּאָעט,
זעלטן שײַנט די זון אַרײַן צו מיר
און וואַרעמט.

פֿון אַלטן שניט בין איך, ג־ט מײַנער,
פֿון אַלטן שניט —
אַן ערלעכע ייִדישע טאָכטער,
אַ מענטש מיט האַרץ און מיט געפֿיל.
לאָז מיר זיך אָנוואַרעמען אין גן־עדן,
אין גיהנום בין איך שוין געווען…

אַ תּפילה
גיב מיר אַ ביסעלע פֿרייד,
כ׳בעט נישט קיין סך, ג־טעניו,
די קלענסטע מאָס.
שענק מיר אַ ביסל ליכט,
דעם לעצטן שטראַל, אַ פֿונק פֿון האָפֿן.
איך גלויב אין דיר, מײַן ג־ט,
וועסט ניט פֿאַרגעסן אַ ייִדישן פּאָעט,
איך גלויב…Read More


אַ טײַבעלע

פֿון גרוניע סלוצקי־קאהן

אַ טײַבעלע
כ׳האָב אַ טײַבעלע אַ קליינע
הײַנט אין גאַס באַטראַכט,
ווי זי קלײַבט די ברעקעלעך
פֿון פֿרי ביז שפּעט פֿאַרנאַכט.
אַ שטילע טײַבעלע, אַ שיינע,
האָט פֿאַר מיר גאָרניט קיין מורא.
וואַרף איך ברויט איר ברעקעלעך
קומט זי צו מיר נענטער.
אַזאַ טײַבעלע אַ שיינס
מיט אַ שנאָבעלע אַ קליינס
קלײַבט אויף יעדעס ברעקעלע
וואָס איך וואַרף פֿון זעקעלע.
ווי גוט איז דיר, מײַן טײַבעלע
באַנוגנסט זיך מיט אַ ברעקעלע
דאַרפֿסט קיין הײַזער ניט קיין גרויסע
ניט קיין שוויצבעדער קיין הייסע
טרינקען טרינקסטו וואַסער פֿריש,
פֿון אַ זונענשטראַל געניסט.
רוסט די נאַכט אונטער אַ דאַך,
פֿאַרלאַנגסט פֿון לעבן ניט קיין סך.
טיילסט דײַן „וווינונג‟ מיט דײַן פֿרײַנד
און טוליעסט זיך צו אים און וואָרקעסט שטיל.
נעמט ער פֿרײַנדלעך דיך אַרום
און קושט דיך און פֿאַרוויגט דיך.
ס׳איז אײַך ביידן אַזוי גוט,
ווי ליבשאַפֿט הערשט, די שכונה רוט.Read More