Vayter

**קינדער־ווינקל** — װעגן זיך אַלײן

About Myself

פֿון בלימאַ בורשטין־אורווין (9 יאָר אַלט)

  • Print
  • Share Share

בלימאַ בורשטין־אורווין* איז אַ נײַן־יאָריקע תּלמידה אין דער שלום־עליכם שול אין מעלבורן. זי האָט בלויז אָנגעהויבן זיך לערנען ייִדיש הײַיאָר אין פֿעברואַר ווײַל איר משפּחה האָט זיך איבערגעקליבן פֿון סידנע קיין מעלבורן. ווי מע קען זען, האָט זי זיך גיך אויסגעלערנט צו שרײַבן אויף מאַמע־לשון. איר עלטער־זיידע, סענדער בורשטין, איז געווען אַ גרינדער פֿונעם מעלבורנער בונד און האָט געהאָלפֿן צו גרינדן די „שלום־עליכם שול‟, וווּ עס לערנט זיך זײַן אור־אייניקל בלימאַ.


איך הײס בלימאַ. איך בין נײַן יאָר אַלט. מײַנע האָר זײַנען ברױן און מײַנע אױגן זײַנען ברױן.

איך האָב ליב חיות. מײַן באַליבסטע חיה איז דער טיגער.

איך האָב אַ ברודער, אַ מאַמע, אַ טאַטע, צװײ באָבעס און אַ זײדע. מײַן קאַץ איז װײַס. זי הײסט װילקאָ. װילקאָ איז 15 יאָר אַלט.

איך לערן זיך אין דער שלום־עליכם שול. מײַן קלאַס־צימער לערערין איז, לערערין סגל, און מײַן ייִדיש־לערערין הײסט לערערין רײזל. מײַנע שול־פֿרײַנד זײַנען מײַעלע, שײנדל, מינעלע און יצחקל.

מײַן ברודער איז זיבן יאָר אַלט. ער הײסט לײבל. ער האָט ליב זיך אָנצוטאָן אין קאָסטיומען.

איך האָב ליב צו לײענען ביטריקס פּאָטערס ביכער. איך האָב זײער ליב דאָס בוך „פּיטער העזעלע‟. מײַן באַליבסטער פֿוסבאָל־מאַנשאַפֿט איז עסענדאָן! מײַן מאַנשאַפֿטס קאָלירן זײַנען רױט און שװאַרץ.