User loginSearch |
לעצטע וואָך האָט מען געפֿײַערט דעם נצחון איבער נאַצי־דײַטשלאַנד בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. מיר, ייִדן, ווייסן באַזונדערס גוט, וואָס ס‘וואָלט דערוואַרט אונדזער פֿאָלק, ווען אַזאַ נצחון וואָלט, חלילה, נישט געשען. דעריבער איז דער יום־טובֿ אַזוי טײַער די ייִדישע מלחמה־וועטעראַנען, וואָס האָבן דערלעבט דורכצומאַרשירן איבער די ישׂראל־גאַסן אין פֿאַרשידענע שטעט פֿונעם לאַנד. די קאָלאָנעס געוועזענע שלאַכטמענער און שלאַכטפֿרויען, די מדינה האָט נאָך נישט באַוויזן אַראָפּצוציִען פֿון זיך די יום־טובֿדיקע בגדים פֿון די יובֿל־פֿײַערונגען, ווי זי איז גלײַך געוואָרן אַרײַנגעצויגן אין דעם קאָכעדיקן קעסל פֿון אַ נײַער קרימינעל־פּאָליטישער זאַווערוכע: זי איז דורך דער פּאָליציי און דער מדינה־פּראָקוראַטור אַוועקגעשטעלט געוואָרן פֿאַר דער וואָרענונג, אַז בײַם רודער פֿון דער מדינה שטייט אַ פֿאַרדעכטיקטער אין האַרבע עבֿירות קעגן די מלוכישע געזעצן, פֿאַרדעכטיקט אין קאָרופּציע און כאַבאַר; און אַז ער איז עלול צו באַצאָלן פֿאַר זיי נישט בלויז מיט זײַן פּאָליטישער קאַריערע, נאָר אויך מיט זײַן פּערזענלעכער פֿרײַהייט. און די מדינה קאָן פֿאַר דעם באַצאָלן מיט אַ נײַעם פּאָליטישן קריזיס.
די פּיעסע הייסט "Shlomo" (שלאָמאָ) און ס'איז אַ "מיוזיקל", וואָס באַנוצט זיך מיט שלמה קאַרלבאַכס לידער. מוזיק, נגינה, און אין צווישן, אַרײַנגעפֿלאָכטן עפּיזאָדן פֿון זײַן לעבן. דאָ אין אַמעריקע איז דאָ אַ פּיזמון וואָס האַלט אַז אַנשטאָט טרערן אויפֿן טויט פֿון אַ בר־מינן, פּראַוועט מען זײַן לעבן, פּונקט ווי מ'פּראַוועט אַ יום־טובֿ. וואָס איז די גדולה, פֿאַרשטיי איך נישט. נאָר אַזוי האָבן זיך די אַמעריקאַנער ליב אויסצודריקן. ס'איז אויך אינטערעסאַנט ווי מענטשן האָבן ליב צו פֿאַרגעטערן עמעצן נאָכן טויט. בײַם לעבן איז שלמה קאַרלבאַך געווען אַ בן־יחיד בײַ גאָט.
(צום 10־יאָריקן יוביליי פֿון דער סטודיע פֿון נחמה ליפֿשיץ) לעצטנס, האָב איך אומגעריכט אָנגעטראָפֿן, בעת אַן אוידיציע פֿון ראַדיאָ "רק"ע" ("רעקאַ" — די פּראָגראַם אויף "קול ישׂראל" אויף רוסיש), אויף אַ וווּנדערשיינעם קאָנצערט פֿון ייִדישע לידער. פֿון דעם געזאַנג האָט אַ הויך געטאָן מיט פֿרישקייט און קלינגעוודיקייט פֿון יונגע שטימען. די מחברטע פֿון דער אוידיציע, דניאלה לינאור, האָט מיטגעטיילט, אַז דאָס טרעטן אויף שילער פֿון דער געזאַנג־סטודיע פֿון נחמה ליפֿשיץ, וועלכע זי האָט באַשיידן אָנגערופֿן "סדנה" (וואַרשטאַט). אין גיכן וועט די דאָזיקע סטודיע פֿײַערן איר 10טן יאָרטאָג.
"דער געלער" — אַזוי האָבן אים גערופֿן צווישן זיך די שרײַבער און אַזוי האָט ער זיך אַליין אָנגערופֿן אין איינעם פֿון זײַנע לידער. דער נאָמען אַהרן ווערגעליס איז גוט באַקאַנט געווען אויף דער ייִדישער גאַס אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און אין דער וועלט. אַ פּאָעט, פּובליציסט, פּראָזאַיִקער האָט ער ערלעך געדינט דער סאָוועטישער סיסטעם, וואָס האָט אים אויסגעפֿורעמט און פֿאַרטרויט צו שפּילן די ראָלע פֿונעם "הויפּט־ייִד אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד". הײַיאָר איז אַ שמיטה-יאָר. די הײַנטיקע פּרשה הייבט זיך אָן מיט דער מיצווה פֿון שמיטה: די ייִדן אין ארץ-ישׂראל מוזן יעדע זיבן יאָר אויפֿהערן צו באַאַרבעטן די ערד, און די גערעטעניש טאָר נישט פֿאַרקויפֿט ווערן אויף אַן אָרגאַניזירטן אופֿן. אַלע אָפֿענע פֿעלדער מוזן זײַן הפֿקר, אָפֿן פֿאַר אַלעמען. אינעם ערשטן פּסוק פֿון דער פּרשה ווערט באַטאָנט, אַז די מיצווה פֿון שמיטה איז געגעבן געוואָרן "בהר סיני". |
|


















קהילה־לעבן