User login |
סוף פֿאַרגאַנגענע וואָך איז געמאַכט געוואָרן נאָך איין פּרוּוו "צוצורעדן" די טעהעראַנער רעגירונג אָפּצושטעלן איר נוקלעאַרע פּראָגראַם און מיטאַרבעטן מיט דער אינטערנאַציאָנאַלער אַגענטור פֿון נוקלעאַרן קאָנטראָל. פֿאָרשטייער פֿון די זעקס פֿירנדיקע לענדער (פֿאַראייניקטע שטאַטן, רוסלאַנד, ענגלאַנד, כינע, פֿראַנקרײַך און דײַטשלאַנד) האָבן זיך געטראָפֿן מיטן אויסערן־מיניסטער פֿון איראַן, סאַיִד דזשאַליל, און אים געוואָרנט, אַז אין משך פֿון צוויי וואָכן מוז איראַן געבן אַן ענטפֿער — אָדער יאָ, אָדער ניין! אַנדערש וועלן קומען נאָך שטרענגערע שטראָף־סאַנקציעס...
פֿאָרשער, און סתּם פֿאַראינטערעסירטע מענטשן, וועלכע האָבן יאָרן לאַנג געניצט די "ענציקלאָפּעדיע יודאַיִקאַ" (ירושלים, 1971) ווי דער פּוסק־אַחרון צו באַקומען אינפֿאָרמאַציע וועגן דער ייִדישער געשיכטע פֿון מיזרח־אייראָפּע, האָבן אָפֿט באַמערקט, אַז דאָס אײַנקוקבוך, וואָס האָט באַדאַרפֿט אַרויסווײַזן אָביעקטיווקייט, האָט געהאַט זײַנע בולטע פּרעפֿערענצן און פֿאָראורטלען. קודם, האָט מען געזען אַן אומיושר בײַם באַשליסן ווער ס׳פֿאַרדינט זײַן אייגענע פּאָזיציע אינעם ווערק; און צווייטנס, האָט מען נישט פֿאַרשטאַנען, פֿאַר וואָס געוויסע טוער און שרײַבער האָבן פֿאַרדינט צוויי אָדער דרײַ מאָל אַזוי פֿיל אָרט אין זייער באַשרײַבונג ווי אַנדערע.
"בראָניסלאַוו גערעמעק — דער העלד פֿון פּוילנס פֿרײַהייט" אַן אויסטערליש אימפּאָזאַנטער לוויה־צוג פֿון פּאַראַדנע אויטאָס האָט הײַנטיקע וואָך אַדורכגעשניטן די גאַסן פֿון דער פּוילישער הויפּטשטאָט אויפֿן וועג פֿון דער קאַטעדראַלע פֿון הייליקן יאַן אין דער אַלטשטאָט פֿון וואַרשע ביז צו דעם קאָמונאַלן מיליטערישן צווינטער אין דער פֿאָרשטאָט פּאַוואָנזעק. דאָרט איז דער מת באַערדיקט געוואָרן מיטן העכסטן פּאַראַד פֿון אַ הויכגעשאַצטן פּוילישן מלוכה־מאַן. אין יאָר 1918, האָט דער בערלינער זשורנאַל Neue jüdische Monatshefte פֿאַרעפֿנטלעכט אין די נומערן 13, 14 און 17 אַן אַרטיקל פֿונעם באַקאַנטן דײַטשישן עקאָנאָמיסט און היסטאָריקער אָטאָ פֿאָן צווידינעק (1871–1957). די אַרבעט האָט געטראָגן אַ קורצן נאָמען — "Die Litwaki". די ליטוואַקישע פֿראַגע האָט פֿאַראינטעריסט צווידינעקן, ווײַל אין פּוילן האָט מען דעמאָלט באַשולדיקט די ליטווישע ייִדן אין חרובֿ מאַכן דעם "שלום-בית", וואָס האָט כּלומרשט עקזיסטירט צווישן די פּאָליאַקן און די "אייגענע" ייִדן.
אויף דער לאַנדשאַפֿט פֿון דער הײַנטיקער רוסישער קולטור ווערט אַלץ בולטער אָנגעצייכנט אַ נײַער סטיל. זײַנע שעפֿער זײַנען געבוירן געוואָרן און אויסגעוואַקסן אין דער תּקופֿה פֿון דער סאָוועטישער מאַכט, אָבער האָבן זיך אויסגעמענטשלעכט אינעם לעצטן יאָרצענדליק פֿונעם צווייטן יאָרטויזנט, וואָס איז געווען אַ האַרבע און אומזיכערע צײַט אינעם אָקערשט פֿאַנאַנדערגעפֿאַלענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. ס׳איז שוין, אַ פּנים, געקומען די צײַט צו באַזיניקן יענע דערפֿאַרונג און צו בויען אויף איר יסוד אַ נײַעם קולטורעלן בנין. משה רבינו האָט זיך געווענדט צו די נשׂיאים פֿון די ייִדישע שבֿטים, און האָט זיי איבערגעגעבן די הלכות פֿון נדרים. "זה הדבֿר" — "דאָס איז די זאַך", וואָס דער אייבערשטער האָט אָנגעזאָגט: ווען מע טוט אַ נדר, מוז מען עס מקיים זײַן. אין אַ צאָל אַנדערע ערטער אינעם תּנ״ך, האָבן די נבֿיאים, אַרײַנגערעכנט משה, אויסגענוצט דעם אַרײַנפֿיר-אויסדרוק "כה אָמר השם" — "אַזוי האָט געזאָגט דער אייבערשטער". דער מדרש איז מסביר, אַז אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע נבֿיאים, |
Search |
























קהילה־לעבן