User login |
קודם־כּל, דאַרף מען דאָ באַוואָרענען, אַז עס גייט, חלילה, נישט די רייד וועגן גזירות אָדער פּאָגראָמען, גוט באַקאַנט פֿון דער ייִדישער געשיכטע אין אוקראַיִנע, נאָר וועגן אַ פֿילאַנטראָפּישער אַקציע, דורכגעפֿירט דורכן רײַכן "רוסישן" ייִד אַרקאַדי הײַדאַמאַק (גײַדאַמאַק), וואָס לעבט הײַנט אין ישׂראל. זײַן נאָמען איז גוט באַקאַנט די ישׂראלים בכלל און די עולים פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד בפֿרט, סײַ צוליב די סענסאַציע־אַרטיקלען אין די העברעיִשע און רוסישע צײַטונגען און סײַ צוליב זײַנע קאָנטראָווערסיעלע מעשׂים, וואָס נישט אַלע בירגער פֿונעם ייִדישן לאַנד זײַנען פֿון זיי באַגײַסטערט.
יעדער איינער פֿון זיי האָט צוגעטראָגן אַ וויכטיקן בײַשטײַער פֿאַר דער אַנטוויקלונג פֿון ייִדישן טעאַטער. יעדער איינער אין זײַן זשאַנער, אין זײַן סטיל. יעדער איינער פֿון זיי האָט אַן אַנדער טעאַטראַלע פֿאַרגאַנגענהייט, אָבער די דרײַ פֿאַרדינסטפֿולע אַקטיאָרן פֿאַרבינדט איין גרויסע ליבשאַפֿט צום ייִדישן טעאַטער, צום ייִדישן קינסטלערישן וואָרט.
אַ סך איז, און ווערט נאָך אַלץ, פּובליקירט וועגן דעם חורבן אין ביכער, פֿילמען, מוזעען און טעלעקאָמוניקאַציע. דאָס זעלבע איז לגבי דעם אַנטשטיין פֿון דער ייִדישער מדינה. אַ סך ווייניקער איז פּובליקירט געוואָרן וועגן דער תּקופֿה צווישן דעם חורבן און דער אַנטשטייונג פֿון דער ייִדישער מדינה — די געשיכטע פֿון די ייִדישע פּליטים פֿון מיזרח־אייראָפּע, וועלכע האָבן דאַן געלעבט אין די פּליטים־לאַגערן אין עסטרײַך, דײַטשלאַנד און איטאַליע. געוויס זײַנען אַ טייל פֿון די "פֿאָרווערטס"־לייענער געווען דאָרטן.
שוין יאָרן לאַנג ווי זיי דרוקן זיך אין "פֿאָרווערטס" ווי אויך אין פֿאַרשיידענע ייִדישע פּובליקאַציעס אין דער גאָרער ייִדיש־וועלט. אין פּסוק שטייט וועגן עשׂון (כה, כז): "ויהי עשׂו איש יודע ציד וגו׳" — אַז עשׂו איז געווען אַ מענטש וואָס ווייס ווי צו פֿאַנגען... זאָגט רש״י אויף דעם: "לצוד ולרמות את אבֿיו בפֿיו, ושואלו אבא היאך מעשׂרין את המלח ואת התּבֿן, כּסבור אבֿיו שהוא מדקדק במצוות — (וואָס מיינט, אַז עשׂו איז געווען אַ מענטש ווייס ווי צו פֿאַנגען) און אָפּנאַרן זײַן פֿאָטער מיטן מויל, פֿרעגנדיק בײַ זײַן טאַטן יצחק: ווי שיידט מען אָפּ מעשׂר פֿון זאַלץ און פֿון שטרוי (זאַכן וואָס בײַ זיי איז איבערהויפּט ניטאָ די מצוה פֿון מעשׂר; און פֿונדעסטוועגן וויל ער געבן פֿון די זאַכן מעשׂר), האָט זײַן פֿאָטער יצחק געמיינט, אַז ער, עשׂו, איז אַ ׳מדקדק׳, אַ מהדר אין מצוות.
|
Search |

























קהילה־לעבן