User login |
צו דערנענטערן ווירטועל די צײַט פֿון יענער "היסטאָרישער שפּראַך־קאָנפֿערענץ", דרוקן מיר איבער אַ גרעסערן אויסצוג פֿונעם לייט־אַרטיקל, פֿאַרעפֿנטלעכט אין "פֿאָרווערטס", דעם 12טן סעפּטעמבער 1908. די וויכטיקייט פֿון אייניקע אײַנשטעלונגען פֿונעם הויפּט־רעדאַקטאָר אַב. קאַהאַן, זײַנען געבליבן אַקטועל ביזן הײַנטיקן טאָג.
אַליסאַ קויִנט האַלט בײַם פֿאַרענדיקן איר דאָקטאָר־דיסערטאַציע אין האַרוואַרד־אוניווערסיטעט וועגן דער געשיכטע פֿון ייִדישן טעאַטער. זי וווינט אין פּרינסטאָן, ניו־דזשערזי, און שרײַבט פֿאַר פֿאַרשידענע ענגליש־ייִדישע צײַטונגען, צווישן זיי פֿאַרן ענגלישן Forward. די היסטאָריקער פֿון ייִדישער ליטעראַטור האָבן צומאָל צרות מיט אָפּשאַצן דעם עסטעטישן ווערט פֿון ליטעראַרישע ווערק, וועלכע זײַנען אַ מאָל געווען באַליבט בײַ דעם ייִדישן עולם, אָבער פּאַסן זיך ניט אַרײַן אין אונדזערע הײַנטיקע טעג.
ווי באַוווּסט, מיט 100 יאָר צוריק, איז אין טשערנאָוויץ, די הויפּטשטאָט פֿון בוקאָווינע, פֿאָרגעקומען די היסטאָרישע שפּראַך־קאָנפֿערענץ. זי איז אָנגעגאַנגען פֿונעם 30סטן אויגוסט ביזן 3טן סעפּטעמבער און די דערעפֿענונג איז דורכגעפֿירט געוואָרן אינעם שטאָטישן "מוזיק־פֿאַראיין". אין "פֿאָרווערטס", וואָס האָט באַגריסט די קאָנפֿערענץ און זי געשטיצט, האָט "געדעקט" די אַרבעט פֿון דער קאָנפֿערענץ איר קאָרעספּאָנדענט בן־ציון האָפֿמאַן (פּסעוודאָנים — צבֿיון);
צווישן די פֿילצאָליקע ייִדישע מיגראַציעס פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט איז איינע פֿאַרבליבן כּמעט אומבאַמערקט. דאָס איז געווען די יציאת-השטעטל אין אָנהייב פֿון די 1990ער יאָרן, ווען די לעצטע ייִדישע תּושבֿים האָבן פֿאַרלאָזט די שטעטלעך אין פּאָדאָליע און בעסאַראַביע — שאַריגראָד, יאַמפּיל, טאָמאַשפּיל, בערשאַד, אָטעק, אוריוו. אמת, עס בלײַבן נאָך דאָ און דאָרטן עטלעכע ייִדישע נפֿשות, דאָס רובֿ עלטערע מענטשן, אָבער די ייִדישע הײַזער, וועלכע מע דערקענט פֿונעם ערשטן בליק, שטייען פּוסט און ליידיק, און ווערן בהדרגה פֿאַרוואַנדלט אין קופּעס מיסט. קיין מער טרעפֿלעכן אויפֿשריפֿט אויף דער מצבֿה פֿון מײַן טאַטן, אַהרון פֿישמאַן, ע"ה (אַן אָפּשטאַמיקער פֿון סאָראָקע, בעסאַראַביע, בלויז לפֿי־ערך אַ קליינעם מהלך פֿון טשערנאָוויץ) האָב איך ניט געקענט געפֿינען ווי צו ציטירן אייניקע ווערטער פֿון י.ל. פּרצעס אומשטערבלעכער דערעפֿענונגסרעדע בעת דער טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ אין 1908: "ראה, אָנוכי נותן לפֿניכם היום ברכה וקללה"; "זעט, איך שטעל פֿאַר אײַך הײַנט אַ ברירה — אַ ברכה און אַ קללה", האָט דער אייבערשטער געזאָגט די ייִדן. אויב איר וועט זיך צוהערן צו מײַנע מיצוות, וועט איר געבענטשט ווערן; אויב איר וועט זיך נישט צוהערן, און וועט דינען פֿרעמדע געטער, "וועלכע איר האָט נישט געקענט", וועט איר פֿאַרשאָלטן ווערן. |
Search |
























קהילה־לעבן