User login |
דעם 23סטן דעצעמבער האָבן די מיטגלידער פֿונעם זיכערהייט־ראַט בײַ דער "יו־ען", סוף־כּל־סוף, אָנגענומען אַ באַשלוס קעגן איראַן, וואָס מיינט, אַ ריי סאַנקציעס, געצילט צו באַגרענעצן און, מעגלעך, אָפּצושטעלן די נוקלעאַרע פּראָגראַם פֿון טעהעראַן. פֿיר חדשים זײַנען אָנגעגאַנגען די פֿאַרהאַנדלונגען סײַ מיט דער איראַנישער רעגירונג און סײַ צווישן די לענדער, וואָס גייען אַרײַן אינעם זיכערהייט־ראַט. וואָס עס איז אַזוינס אַ זיגזאַג, איז פֿאַר אונדז אַלעמען קלאָר. אַנדערש איז אָבער זײַן "סטאַטוס" אין דער פּאָליטישער און אויך אין דער מיליטערישער סטראַטעגיע פֿון מנהיגים. דאָ איז נישט אַלע מאָל און נישט פֿאַר יעדן איינעם קלאָר די כּוונה: צי דינט דער זיגזאַג דער סטראַטעגיע פֿון "אָפּנאַרן, אָדער צעמישן און צעטומלען דעם פֿײַנט" — אָדער איז דאָס דווקא די "גלײַכע ליניע" פֿון די פּאָליטיקער און מלוכישע מנהיגים. מיר מיינען דאָ די מנהיגים וואָס האַנדלען ספּאָנטאַניש, אימפּראָוויזירט, און זענען אַליין נישט זיכער וווּהין די דאָזיקע ליניע וועט פֿירן און וואָס פֿאַראַ רעזולטאַטן זי וועט מיט זיך ברענגען.
ווען דער הונגער אין מצרים איז געוואָרן שטאַרקער און די מצרישע באַפֿעלקערונג האָט שוין נישט געהאַט קיין תּבֿואה, זײַנען זיי ווידער געקומען צו יוספֿן בעטן תּבֿואה פֿון זײַנע ריזיק־אָנגעזאַמלטע תּבֿואה־זאַפּאַסן. האָט זיי יוסף געזאָגט: "הא לכם זרע וזרעתּם את האדמה" — נאַט אײַך תּבֿואה־זייאונג און פֿאַרזייט דעם באָדן. דערציילן די חז״ל (אין בראשית רבא צא, געבראַכט אין פּירוש רש״י, בראשית מא, נה), אַז יוסף האָט דערבײַ געשטעלט די מצרים אַ תּנאַי, אַ באַדינג, אַז בכדי צו באַקומען תּבֿואה פֿון יוספֿן האָבן די מצרים זיך געדאַרפֿט מל זײַן. בלית־ברירה האָבן אַ סך מצרים זיך מל געווען. |
Search |
























קהילה־לעבן