User login |
מיר האַלטן איצט בײַם לעצטן נומער פֿונעם אָפּלויפֿנדיקן יאָר, און טרעטן איבער די שוועל פֿון אונדזער 112טן יאָרגאַנג. אין אַזעלכע מאָמענטן פֿילט זיך באַזונדערס שאַרף דער גאַנג פֿון צײַט. אָבער מיר גייען נישט דאָ מאַכן קיין סך־הכּלען, כאָטש אומקוקן זיך אויפֿן דורכגעמאַכטן איז תּמיד כּדאַי — ס‘איז דאָ מיט וואָס זיך צו באַרימען און וואָס צו פֿאַרריכטן. דאָס וויכטיקסטע איז — מיר זײַנען אין שפּאַן און אין גאַנג. ווען דער פּראָמינענטער אַמעריקאַנער ייִדישער פֿינאַנציסט מײַקל מילקען איז אַרעסטירט געוואָרן פֿאַר שווינדלערײַ אין 1989, איז עס געווען אַ מיאוסער מאָמענט פֿאַר די אַמעריקאַנער ייִדן, אָבער געליטן דערפֿון האָבן זיי נישט. פֿאַרקערט, די "מילקען־פֿונדאַציע" איז דווקא געווען, און איז נאָך הײַנט אויך אַ שטיצער פֿון אַ צאָל ייִדישע צדקה־אָרגאַניזאַציעס.
פֿאָרווערטס׃ דאָס בוך "ייִדישלענדער" האָט צוויי פֿאַרשיידענע פּערזאָנען פֿונעם דערציילער. איינער איז אַ קינד, אַ ייִנגל, וועלכער איז פֿאַרכאַפּט און פֿאַרכּישופֿט דורך דער געשטאַלט פֿון זײַן מאַמען און דורך דעם בילד פֿונעם אַמאָליקן לעבן, וואָס זי פֿאַרקערפּערט און אַנטפּלעקט פֿאַר אים. און דערנאָך באַווײַזט זיך דער צווייטער העלד, אַן עלטערער בחור, וועלכער וויל זיך באַפֿרײַען פֿון איר כּישוף. זײַן באַגער צו ווערן אומאָפּהענגיק פֿון דער מאַמעס השפּעה ווערט וואָס ווײַטער אַלץ שטאַרקער. ער פֿאָרט קיין ישׂראל, דערנאָך קומט צוריק קיין אַמעריקע און ווערט אַ מיטגליד אין "חבֿורת שלום", און דאָס אַלץ האָט צו טאָן מיט זײַנע זוכענישן אויפֿן אייגענעם וועג. איינער פֿון די הויפּט-אונטערשיידן צווישן אַ דעמאָקראַטישער סיסטעם און אַ סיסטעם, וועלכע מאַכט נאָר אַן אָנשטעל פֿון זײַן אַ דעמאָקראַטישע, באַשטייט אין דעם, וואָס די ערשטע האָט דעם ציל צו פֿאַרטיידיקן דעם יחיד, דעם בירגער, און די צווייטע האָט דעם ציל צו פֿאַרטיידיקן די קאַטעגאָריע מענטשן, וואָס שטייען בײַם רודער פֿון דער מלוכה. די סאָוועטישע "דעמאָקראַטיע" האָט געאַרבעט לויט דעם צווייטן פּרינציפּ, ווײַל פֿון סאַמע אָנהייב פֿון דער קאָמוניסטישער תּקופֿה האָט דער מענטש קיין ווערט ניט געהאַט. "ויהי מקץ שנתים ימים", נאָך צוויי יאָר, וואָס יוסף איז אָפּגעזעסן אין תּפֿיסה, האָט פּרעה געזען אַ חלום. ער איז געשטאַנען בײַם טײַך ניל, און פֿונעם וואַסער זײַנען אַרויסגעקומען זיבן פֿעטע, און דערנאָך זיבן דאַרע קי; די דאַרע קי האָבן אײַנגעשלונגען די פֿעטע. שפּעטער, האָט ער דערזען נאָך אַ חלום, ווי זיבן אָפּגעשלאָגענע זאַנגען האָבן אײַנגעשלונגען זיבן געראָטענע.
דער ייִדישער בית-עולם לעם לענינגראַד.
...
ניט געדענקט און ניט פֿאַרגעסן.
|
Search |























קהילה־לעבן