User login |
דעם 27סטן יאַנואַר האָט מען אָפּגעמערקט אין אייראָפּע דעם חורבן פֿונעם אייראָפּעיִשן ייִדנטום בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. אין דעם טאָג האָט די סאָוועטישע אַרמיי באַפֿרײַט דעם קאָנצענטראַציע־לאַגער אין אוישוויץ. ווי עס פֿירט זיך אין דעם טאָג, הערן זיך פֿון די הויכע רעגירונג־טריבונעס, אײַנגעשלאָסן די “יו־ען", טרויעריקע רעדעס לזכּרון די אומגעבראַכטע 6 מיליאָן ייִדן. אַזוי גייט ער שוין אָן, דער יערלעכער ריטואַל: פֿון איין זײַט, רעדט מען וועגן דער גרויסער ייִדישער טראַגעדיע, וואָס איז אַגבֿ פֿאָרגעקומען נישט ערגעץ וווּ,
די "מאָרגאַן־ביבליאָטעק" וואָס דער פֿינאַנציר־מאַגנאַט פּירפּאַנט מאָרגאַן (1837—1913) האָט געגרידנעט מיט הונדערט יאָר צוריק האָט זיך אָנגעהויבן ווי זײַן פּריוואַטע ביבליאָטעק, און איז געוואָרן אַ וויכטיקער פּריוואַטער מוזיי און אומאָפּהענגיקע פֿאָרש־ביבליאָטעק אין צענטער ניו־יאָרק. אין 1924 האָט זײַן זון דזשאַק איבערגעמאַכט די ביבליאָטעק, און זי געמאַכט פֿאַר אַן עפֿנטלעכער אינסטיטוציע.
(אַ בינטל זכרונות וועגן אַ מערקווירדיקן קינסטלער, פּאָעט) אין דעם נעקראָלאָג, וואָס איז דערשינען אין אונדזער "פֿאָרווערטס", דעם 19טן דעצעמבער 2008 האָט זײַן אַלמנה דאָריס און איר משפּחה, געלאָזט אונדז וויסן, אַז מאַרטין סמאָל (מאָטל שמולעוויטש) ז"ל "אַ ייִד פֿון דער שארית־הפּליטה, קינסטלער און פּאָעט, איז אַוועק אין דער אייביקייט". די דאָזיקע טרויער־מעלדונג האָט מיר פֿאַרשאַפֿט פֿיל צער און טרויער. ער איז געווען פֿאַר מיר אַ נאָענטער חבֿר און פֿרײַנד. איך בין זיכער, אַז דאָס זעלבע האָט גורם געווען בײַ די אַלע, וועלכע זענען געווען באַקאַנט און באַפֿרײַנדט מיט אים.
נאָך דער ערשטער וועלט-מלחמה איז בערלין געוואָרן אַ וויכטיקער צענטער פֿאַר ייִדישער טעטיקייט. אין דײַטשלאַנד בכלל און אין בערלין בפֿרט האָבן זיך באַזעצט טויזנטער פּלטים פֿון מיזרח-אייראָפּע. צווישן זיי זײַנען געווען אויך ניט ווייניק טוער פֿון ייִדישער קולטור. די היפּער-אינפֿלאַציע, וועלכע האָט געפּלאָגט די עקאָנאָמיע פֿון דײַטשלאַנד, האָט גלײַכצײַטיק געבראַכט רווח פֿאַר ייִדישע פֿאַרלעגער. זענען מיר, הייסט עס, דאָס אויך שוין איבערגעקומען. כ’מיין, די מלחמה, וואָס איז פֿאָרמעל נאָך אַלץ נישט געווען קיין מלחמה לויט די קריטעריעס פֿון מלוכישן אָדער מיליטערישן לעקסיקאָן, נאָר בלויז אַן "אָפּעראַציע" באַקרוינט מיטן נאָמען "געגאָסענער בלײַ". זי האָט אויך געדויערט "נישט מער" ווי 22 טעג, אָבער לויטן פֿאַרנעם פֿון דער צאָל קרבנות פֿון דעם אָנגעגריפֿענעם צד, פֿון דער פֿאַרוויסטונג און פֿון דער ברוטאַלקייט, וואָס ווערט שוין דאָ — אין דעם פֿאָלקס־לשון און אין דער פּובליציסטיק — אָנגערופֿן: דער באַשעפֿער האָט געזאָגט משה רבינו: "קום צו פּרעה, ווײַל איך האָב האַרט געמאַכט זײַן האַרץ און דאָס האַרץ פֿון זײַנע באַדינער". צו ווײַזן די ייִדן זײַן גרויסקייט, זיי זאָלן דערציילן זייערע קינדער און אייניקלעך וועגן די ניסים פֿון יציאת־מצרים, האָט דער אייבערשטער אַרײַנגעלייגט אין פּרעהס האַרץ די אומוויליקייט אַרויסצולאָזן דאָס ייִדישע פֿאָלק פֿון מצרים, כּדי צו באַשטראָפֿן דאָס לאַנד מיט די לעצטע דרײַ מכּות: אַרבה (היישעריקן), חושך און מכת־בכורות. |
Search |
























קהילה־לעבן