User loginSearch |
דווקא איצט, אין דער צײַט, ווען די מאַכט אין ישׂראל געפֿינט זיך צווישן־בענקלעך, דאָס מיינט, אַז דער אַוועקגייענדיקער פּרעמיער־מיניסטער, אהוד אָלמערט, פֿירט נאָך אויס זײַנע אויפֿגאַבעס, און דער נאָך נישט־געוואָרענער פּרעמיער־מיניסטער, בנימין נתניהו, וועלכער זוכט נאָך אַלץ וועגן צונויפֿצושטעלן זײַן רעגירונג; דווקא אין דעם קורצן צײַט־אָפּשניט, קומט פֿאָר דער טראַגישער האַנדל צווישן ישׂראל און “כאַמאַס" וועגן דער באַפֿרײַונג פֿונעם געפֿאַנגענעם ישׂראל־קאַפּראַל גלעד שלית.
סוף יאַנונאַר 2009, פֿינף טעג נישט דערלעבט צו איר 90סטן געבוירן־טאָג, איז אַוועק אין דער אייביקייט דינה ווערני, איינע פֿון די בולטסטע און דרייסטע פּערזענלעכקייטן צווישן פֿרויען פֿון 20סטן יאָרהונדערט. וואָס האָב איך פֿריִער געוווּסט וועגן איר? צום באַדויערן, זייער ווייניק. אין די צײַטן פֿון מײַן לעבן אין קעשענעוו, האָב איך צופֿעליק געהערט אַ טאַשמע, וואָס איז דעמאָלט בשתּיקה פֿאַרשפּרייט געוואָרן צווישן ענגע קרײַזן, אויף וועלכער איינע אַ זינגערין, דינה ווערני, זינגט האַרציק רוסישע תּפֿיסה־לידער.
מע הערט, פֿון צײַט צו צײַט, וועגן לעבן־געבליבענע פֿון חורבן, וועלכע נעמען זיך אונטער אויסצוזוכן די נישט־ייִדן, וועלכע האָבן זיי געראַטעוועט בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. אָפֿט מאָל, קומט דער איניציאַטיוו אַרויס פֿון זייערע קינדער אָדער אייניקלעך, וועלכע ווערן פֿאַרכאַפּט מיט די מעשׂיות. אַ דאַנק דער פֿעיִקייט פֿונעם ייִנגערן דור בײַם קאָמפּיוטער און בײַ דער אינטערנעץ, קאָן די זוכעניש אַ מאָל טאַקע ברענגען רעזולטאַטן. צייכענונג פֿון איטעלאַ מאַסטבאַום הקדמה
מײַן באָבע, עלקע רימאַן,
דער נאָמען פֿון גיטל בראַון, אַ לאָנדאָנער קינסטלערין פֿון דער פֿרומער חסידישער געגנט סטעמפֿראָד־היל, באַווײַזט זיך אַלץ אָפֿטער אויף די זײַטן פֿון די גרעסטע ענגלישע צײַטונגען. זי האָט שוין אויסגעשטעלט אירע ווערק אין חשובֿע גאַלעריעס פֿון לאָנדאָן און ניו־יאָרק, און אין גיכן וועלן די ישׂראלים זען צוויי נײַע אויסשטעלונגען אירע. די ווערק פֿון בראַון קומען מיט פּערזענלעכע געשיכטעס, וואָס שפּילט הײַנט אַ וויכטיקע ראָלע אינעם מאַכן דעם קינסטלער דערפֿאָלגרײַך און פּאָפּולער בײַם ברייטערן עולם. אין די הײַנטיקע צוויי פּרשיות ווערט ווײַטער דערציילט וועגן דעם משכּן. דאָס וואָרט "ויקהל", וואָס מיינט "ער האָט צונויפֿגערופֿן". משה רבינו האָט געוואָרנט די ייִדן, אַז זיי טאָרן נישט טאָן שבת קיין מלאָכה; די חז״ל דערקלערן, אַז דער דאָזיקער אָנזאָג ווײַזט אָן, אַז מע האָט געמעגט זיך באַטייליקן אין מלאכת־המשכּן בלויז אין דער וואָכן. |
|


















קהילה־לעבן