User login |
די קומענדיקע וואָך קומט מיט אַ באַזוך קיין רוסלאַנד דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ. וואָס וועט זײַן דער סדר־היום און די הויפּט־טעמעס פֿון זײַנע טרעפֿונגען מיט די מאָסקווער רעגירער, איז ווייניק באַקאַנט דער עפֿנטלעכקייט; עס לייגט זיך אויפֿן שׂכל, אַז ס‘וועלן אַרומגערעדט ווערן: די אָנגעווייטיקטע וועלט־פּראָבלעמען פֿון עקאָנאָמיע און פּאָליטיק בכלל, און בפֿרט די טעמע אַרום דער איראַנישער נוקלעאַרער פּראָגראַם,
אין די ראַמען פֿונעם פֿעסטיוואַל "אונדזער ירושה", געשטיצט פֿון דער ניו־יאָרקער מוניציפּאַליטעט, האָט זיך אינעם נאַציאָנאַלן קלוב פֿון אַמעריקאַנער קונסט דערערפֿנט די אויסשטעלונג פֿונעם מאָלער סאַשאַ גאַליצקי (רוסלאַנד —ישׂראל). דער באַקאַנטער קלוב אין סאַמע צענטער פֿון מאַנהעטן, אויפן היסטאָרישן אָרט גראַמערסי-פּאַרק, איז געגרינדעט געוואָרן אין יאָר 1898. צווישן די מיטגלידער פֿונעם קלוב זײַנען געווען דרײַ אַמעריקאַנער פּרעזידענטן: רוזוועלט, ווילסאָן און אייזענהאַוער.
די קורצע תּקופֿה פֿון דער ווײַמאַרער רעפּובליק אין דער דײַטשישער געשיכטע, וואָס האָט געדויערט קנאַפּע פֿופֿצן יאָר — צווישן דעם סוף פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה, אין 1918, ביז היטלערס אָנקומען צו דער מאַכט, אין 1933 — איז געווען די בלי־צײַט פֿון דער מאָדערנער קונסט. זי האָט איבערגעלאָזט אַ רײַכע ירושה אין פֿאַרשידענע געביטן. אַ בולטע ראָלע האָבן אינעם דאָזיקן קולטורעלן אויפֿלעב געשפּילט די ייִדישע פֿרויען. זייער בײַטראָג איז געווען באַזונדערס חשובֿ אין די נײַע שעפֿערישע געביטן, אַזעלכע ווי די פֿאָטאָגראַפֿישע קונסט.
צווישן אַ גרויסער צאָל "קאָנטער־רעוואָלוציאָנערע גרופּעס" — אַזאַ טערמין פֿלעגט נוצן דער סאָוועטישער זיכערהייט־קאָמיסאַריאַט, "ען־קאַ־ווע־דע", אין די יאָרן פֿון דער "גרויסער רייניקונג", 1937—1938 — איז געווען אַ ווייניק־באַקאַנטע גרופּע, וועלכע איז באַשטאַנען פֿון די גערודפֿטע מיטאַרבעטער פֿון דער אַגריקולטור־קאָרפּאָראַציע בײַם אַמעריקאַנער "דזשוינט", באַוווּסט ווי דער "אַגראָ־דזשוינט". דער "אַגראָ־דזשוינט", אַ לאַנג־טערמיניקע פּראָגראַם, וועלכע פֿלעגט שיקן אַרבעטלאָזע ייִדן פֿון די שטעטלעך אין די נײַע אַגריקולטור־קאָלאָניעס אין דרום־אוקראַיִנע און דעם האַלב־אינדזל קרים, האָט פֿונקציאָנירט אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד פֿון יולי 1924 ביז נאָוועמבער 1938.
וועגן דעם שורש פֿון די ייִדישע ייִשובֿים אין פּוילן האָבן זיך פֿאַרשפּרייט פֿאַרשיידענע לעגענדעס, אָפֿט ניצנדיק ווערטערשפּילן. באַקאַנט איז דער טײַטש פֿונעם לאַנד "פּוילן" ווי "פּה לין" — "דאָ רוט מען", אָדער "דאָ שטייט מען אײַן". לויט דער לעגענדע וואָס ווערט דערציילט וועגן דעם ווערטל, האָבן די ייִדן פֿון גירוש־שפּאַניע, אָדער פּליטים פֿון דײַטשלאַנד, אויסגעוואַנדערט קיין פּוילן, וווּ זיי זענען סוף־כּל־סוף שטיין געבליבן און באַשלאָסן — "פּה לין", און אַזוי האָט געהייסן דאָס לאַנד. כּדי זיך אָפּצורייניקן פֿון טומאת־מת — די גײַסטיקע אומרייניקייט, וואָס קומט פֿון אַ קאָנטאַקט מיט אַ טויטן — פֿלעגט דער כּהן-גדול, אָדער זײַן שותּף, צוגרייטן דאָס ספּעציעלע אַש פֿון אַ רויטער (ברוינער) קו, "פּרה אדומה". הײַנט, נאָכן חורבן פֿונעם בית־המיקדש, בלײַבט דער ענין פֿון טומאת־מת אַקטועל, דער עיקר, בלויז פֿאַר די כּהנים, וועלכע טאָרן נישט האָבן קיין קאָנטאַקט מיט די טויטע. אין די תּנ״כישע צײַטן, אָבער, האָבן די ייִדן געמוזט זיך מטהר זײַן דורך אַ גאָר קאָמפּליצירטן פּראָצעס, כּדי צו האָבן דאָס רשות אַרײַנצוקומען אינעם בית־המיקדש און אָנרירן די קרבנות. |
Search |

























קהילה־לעבן