User login |
אייראָפּע שרײַט — גוואַלד! וואָס איז? רוסלאַנד און ווײַסרוסלאַנד קאָנען נישט קומען צו אַ הסכּם וועגן די נאַפֿט־פּרײַזן, לײַדן דערפֿון פּוילן, דײַטשלאַנד, סלאָוואַקײַ, טשעכיע און אונגאַרן — די שותּפֿים פֿון דער נאַפֿט־לייטונג "פֿרײַנדשאַפֿט". די דאָזיקע "פֿרײַנדשאַפֿט" האָט זיך נאָך אָנגעהויבן אין די סאָוועטישע צײַטן, ווען דײַטשלאַנד האָט געמיינט, דער מיזרחדיקער טייל, און טשעכאָסלאָוואַקײַ איז נאָך געווען איין מלוכה; שוין אָפּגערעדט, אַז רוסלאַנד און ווײַסרוסלאַנד זײַנען געווען צוויי "ברידערלעכע רעפּובליקן" אינעם גרויסן און מעכטיקן ראַטן־פֿאַרבאַנד. דער פּרעמיער-מיניסטער פֿון ישׂראל איז הײַנטיקע וואָך אַרויסגעפֿאָרן קיין ביידזשין אויף זײַן מלוכישן וויזיט — צום ערשטן מאָל אָן זײַן שטענדיקער באַגלייטערין, די פֿאַרוואַלטערין פֿון דער פּרעמיער-קאַנצעלאַריע שולה זקן, די היטערין פֿון אַלע זײַנע מלוכישע, און אויך נישט מלוכישע, סודות. אין דער צײַט, ווען איר "באָס" האָט גענאָסן פֿון דער מלכותדיקער גאַסטפֿרײַנדלעכקייט פֿון דער ווײַטמזרחדיקער איבערמיליאַרדיקער גרויסמאַכט, זיך געטראָפֿן און מלכותדיק געשמועסט מיט אירע מעכטיקע הערשער און איז אַרומגעפֿירט געוואָרן איבער די פּראַכטפֿולע פּאַלאַצן פֿון דער "פֿאַרבאָטענער שטאָט" פֿון די קיסרים און אויף דער אַלטער כינעזישער מויער — אין דער זעלבער צײַט איז זײַן פֿאַרטרוילעכע סעקרעטאַרין געזעסן צווישן די טוכלע ווענט פֿון פּאָליציייִשן אַרעסט אין בת-ים נעבן תּל-אָבֿיבֿ און איז געפֿאָרשט געוואָרן ווי אַ פֿאַרדעכטיקטע אין איינעם פֿון די גרעסטע קאָרופּציע-סקאַנדאַלן אין דער געשיכטע פֿון דער מדינה.
דער מאָנומענט, באַקאַנט ווי "דער דענקמאָל פֿאַר די קרבנות פֿון געטאָ", איז הײַנט אַליין אַ "קרבן" פֿון דער מחלוקת צווישן דעם לובלינער שטאָטראַט, וועלכער וויל העכערן דאָס פֿינאַנציעלע ווערט פֿונעם צענטער שטאָט, און דער לובלין־געבוירענער שארית־הפּליטה, וואָס וויל, אַז לובלין זאָל אָפּגעבן כּבֿוד איר אַמאָליקן ייִדישן ייִשובֿ. פֿאַרן חורבן האָבן אין דער שטאָט געלעבט בערך 43,000 ייִדן — אַ פֿערטל פֿון דער אַלגעמיינער באַפֿעלקערונג. הײַנט לעבן דאָרט בלויז 30 ייִדן.
די פּרשה שמות הייבט זיך אָן מיטן דערציילן וועגן דעם גלות מצרים, ווי יעקבֿ און זײַנע קינדער האָבן אַראָפּגענידערט אין מצרים: "ואלה שמות בני ישׂראל הבאים מצרימה וגו׳" — און דאָס זײַנען די נעמען פֿון די בני ישׂראל, וואָס זײַנען געקומען אין מצרים. און עס ווערן אויסגערעכנט זייערע נעמען: ראובֿן, שמעון, לוי און אַזוי ווײַטער. איז מערקווירדיק, אַז דער מדרש (שמות רבה א, ה) זאָגט גאָר אויף דעם: "על שם גאולת ישׂראל נזכּרו כּאן", אַז זייערע נעמען ווערן דאָ דערמאָנט אין שײַכות גאָר מיט דער גאולה; און אין המשך פֿון דעם ענין טײַטשט דאָרט דער מדרש אויספֿירלעך, ווי יעדער נאָמען פֿון די שבֿטים איז מרמז אויף דער גאולה. |
Search |
























קהילה־לעבן