אין דער הײַנטיקער פּרשה ווערט דערקלערט, ווי אַזוי ייִדן זאָלן פּראַווען די יום־טובֿים פֿון אַ גאַנץ יאָר: פּסח, שבֿועות, ראָש־השנה, יום־כּיפּור, סוכּות און שמיני־עצרת, מיט זייער עבֿודת־הקרבנות; עס ווערט אויך אָנגעזאָגט, אַז מע זאָל אָפּציילן נײַן און פֿערציק "ספֿירה"־טעג פֿון פּסח ביז שבֿועות. נאָך דעם ערשטן טאָג פֿון פּסח האָבן די ייִדן געבראַכט אינעם בית־המיקדש אַן "עומר", אַ געוויסע מאָס גערשטן, און דערנאָך געציילט "די טעג פֿון עומר" ביז שבֿועות. הגם מיר האָבן הײַנט נישט קיין בית־המיקדש, ווערט דאָס ציילן די דאָזיקע טעג גופֿא נאָך אַלץ פֿאַררעכנט פֿאַר אַ מיצווה.