User loginSearch |
דעם 12טן מערץ מערקן מיר אָפּ דעם 97סיטן געבוירן־טאָג פֿונעם ייִדישן שרײַבער יחיאל שרײַבמאַן. צו דער דאַטע איז צוגעפּאַסט דער שמועס, געמאַכט הײַיאָר אין קעשענעוו, מיט דער אַלמנה פֿונעם שרײַבער, מאַרינע פּאָנקאָוו־שרײַבמאַן. מע רופֿט זיי אין ישׂראל, זײַנען אין שׂדרות כּמעט נישטאָ. סײַדן, בײַם שוץ־מיניסטער עמיר פּרץ, אַ תּושבֿ פֿון דער שטאָט, וואָס באַווײַזט זיך דאָרט, אַגבֿ, זייער זעלטן.
דער פּרעזידענט פֿון סיריע, באַשאַר אַסאַד, האָט לעצטנס עטלעכע פֿאָרגעלייגט דעם ישׂראלדיקן פּרעמיער־מיניסטער אהוד אָלמערט זיך צו טרעפֿן מיט אים און האַלטן אונטערהאַנדלונגען אָן פֿאָרויסגעשטעלטע באַדינגונגען. דעם 12טן אַפּריל הײַיאָר האָט דאָס ערשטע מאָל אין דער געשיכטע פֿון דער כּנסת זי באַזוכט אַ נישט־אָפֿיציעלער פֿאָרשטייער פֿון סיריע, איבראַהים סולימאַן, און גערעדט פֿאַר דער כּנסת־קאָמיסיע פֿאַר אויסערן־ און זיכערהייט־ענינים.
דאָס אומבאַקאַנטע ייִדישע וואָרט — "אַלגאָריזם" מײַנע אַ גוטע באַקאַנטע, אַ פּראָפֿעסאָרין פֿון מאַטעמאַטיק אין אַ פֿראַנצויזישן אוניווערסיטעט, האָט מיר נישט לאַנג צוריק אָנגעוויזן, אַז אינעם "גרויסן ווערטערבוך פֿון דער ייִדישער שפּראַך", אונטער דער רעדאַקציע פֿון יודאַ יאָפֿע און יודל מאַרק, פֿעלט כּמעט אינגאַנצן אויס די מאַטעמאַטישע טערמינאָלאָגיע. אין פֿאַרגלײַך מיט כעמיע, פֿיזיק, געאָלאָגיע, באָטאַניק און אַ צאָל אַנדערע געביטן פֿון וויסנשאַפֿט.
בײַ אָנהייב פֿון דער הײַנטיקער פּרשה ווערן איבערגעציילט די לוויים, פֿון דרײַסיק ביז פֿופֿציק יאָר; עס ווערט דערקלערט, וואָס יעדער טייל פֿונעם שבֿט-לוי — בני-גרשוני, בני-מררי און בני-קהת — זאָל טאָן, כּדי צו העלפֿן די כּהנים אויסצופֿירן זייער עבֿודה אינעם משכּן. יעדע משפּחה האָט געטראָגן געוויסע טיילן פֿונעם משכּן, בעת די ייִדישע וואַנדערונגען אינעם מידבר, דערפֿאַר האָט מען געציילט בלויז די שטאַרקע, דערוואַקסענע מענער; דער פּסוק זאָגט אָן, אַז ווען דער משכּן איז געשטאַנען אויפֿן אָרט, און די כּהנים האָבן דאָרט געבראַכט קרבנות, האָבן די לוויים געטאָן אַן אַנדער עבֿודה — "עבֿודת-העבֿודה"; |
|


















קהילה־לעבן