User login |
נישט די "הייליקייט" פֿון מעקאַ, נישט די צוגעזאָגטע מיליאָנען פֿון די סאַודיער אַפּוטרופּסים, נישט די פֿילצאָליקע צוזאַמענטרעפֿן און אָפּמאַכן צווישן די פֿירער פֿון "פֿאַטאַך" און "כאַמאַס", האָבן צו קיין שלום־בית נישט געבראַכט. די צאָל קרבנות וואַקסט און נישט בלויז צווישן די מיליטאַנטן; דאָרט וווּ מע שיסט קאָן מען דערהרגענען, זאָגט דאָס ווערטל.
דער מנהיגים-קריזיס אין מדינת־ישׂראל האָט הײַנטיקע וואָך אויסגעוויילט און געקרוינט צוויי נײַע מנהיגים, וועלכע זי האָט אַרויסגעפֿאַנגען פֿון איר אַלטן מנהיגים-אַרסענאַל. ביידע האָבן זיי געטראָגן אויף זיך דעם שטעמפּל פֿון "לוזערס" — פֿאַרלירערס, און זענען ביידע, איין טאָג נאָך דעם אַנדערן, געקרוינט געוואָרן מיטן נצחון אין זייערע צוויי פֿאַרמעסטן פֿאַר דעם חסד און צוטרוי פֿונעם פֿאָלק: אהוד ברק צום צווייטן מאָל ווי דער פֿאָרזיצער פֿון "עבֿודה" און מיניסטער פֿאַר זיכערהייט, און — שמעון פּערעס נאָך אַ פּאָליטישער קאַריערע פֿון קרובֿ פֿינף יאָרצענדליקער און נאָך אַכט וואַל-פֿאַרלוסטן, ווי דער 9טער נשׂיא פֿון מדינת־ישׂראל, אויפֿן אָרט פֿון דעם טרויעריק־קאָמפּראָמיטירטן מדינה־פּרעזידענט משה קצבֿ.
מיטוואָך, דעם 6טן יוני, האָט זיך געעפֿנט דער יערלעכער ביכער־יריד, וואָס וועט זיך אָפֿיציעל שליסן דעם 16טן דעם חודש. אין געוויסע פּלעצער אין לאַנד וועט עס זיך ציִען ביזן סוף פֿון דעם חודש. דער ערשטער ביכער־יריד איז פֿאָרגעקומען מיט 46 יאָר צוריק. פֿון אָנהייב איז עס געווען אויף אַ קליינעם און באַשיידענעם אופֿן. מיט דער צײַט האָט זיך עס אַנטוויקלט אין אַן אַלגעמיינער גרויסער יערלעכער קולטור־אימפּרעזע אין איבער 50 שטעט און ייִשובֿים אין לאַנד.
אַ סך מענטשן האַלטן, אַז אַן אמתע שפּראַך דאַרף האָבן אַ באַזונדער לאַנד, נישט געקוקט אויף דעם, וואָס ס׳רובֿ שפּראַכן האָבן נישט קיין אייגענע טעריטאָריעס. אַזוי ווי אין פֿראַנקרײַך לעבן די פֿראַנצויזן וואָס רעדן פֿראַנצייזיש, מיינט מען, אַז מלוכה, פֿאָלק און שפּראַך דאַרפֿן שטענדיק זײַן אידענטיש. אָבער דאָס איז אין דער אמתן אַ זעלטענער פֿענאָמען, זיכער אַזוי איז בײַ ייִדן — אַ פֿאָלק טויזנטער יאָרן האָט נישט געהאַט קיין אייגענע מלוכה און האָט גערעדט פֿאַרשיידענע שפּראַכן. דער ציוניסטישער פּראָיעקט האָט געצילט, צום טייל, בלויז צוצופּאַסן די ייִדן צו די מערבֿ־אייראָפּעיִשע נאַציאָנאַלע ווערטן, מיט העברעיִש ווי די הויפּט־שפּראַך.
ש. אַנ־סקי (שלמה זאַנוול ראַפּאָפּאָרט, 1863־1920) האָט איבערגעלאָזט אַ רײַכע אַרכיוואַלע ירושה, וואָס נעמט אַרײַן טויזנטער בריוו, טאָגביכער, כּתבֿ־ידן און אַנדערע דאָקומענטן, וועלכע זײַנען צעזייט און צעשפּרייט איבער אַלע זיבן ימען. אַנ־סקיס מאַטעריאַלן געפֿינען זיך אין אַרכיוואַלע זאַמלונגען אין מאָסקווע און פּעטערברוג, ירושלים און ניו־יאָרק. אָבער די גרעסטע און ביז איצט ווייניק־באַקאַנטע קאָלעקציע פֿון זײַנע מאַטעריאַלן פֿאַרהיט זיך אין דער אוקראַיִִנישער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק אויף ווערנאַדסקיס נאָמען אין קיִעוו. די דאָזיקע זאַמלונג איז כּולל כּמעט 1,500 אַרכיוו־איינסן, וועלכע זײַנען אַראָפּגעבראַכט געוואָרן קיין קיִעוו פֿון לענינגראַד נאָך דעם, ווי די סאָוועטישע מאַכט האָט ליקווידירט די ייִדישע היסטאָריש־עטנאָגראַפֿישע געזעלשאַפֿט אין 1930. אין דער הײַנטיקער פּרשה ווערט דערציילט וועגן דעם מחלוקת פֿון קורח, אַ פֿירער פֿונעם שבֿט לוי, וועלכער איז אויפֿגעשטאַנען קעגן משה רבינו. קורח, צוזאַמען מיט דתן און אַבֿירם, צוויי פֿירער פֿון שבֿט ראובֿן, האָבן געטענהט, אַז משה רבינו האָט נישט דאָס רעכט צו האַלטן זיך העכער, ווי אַנדערע ייִדן, און אַז קורח, ווי אַ מיוחסדיקער לוי, האָט נישט ווייניקער רעכט צו ברענגען קרבנות אינעם משכּן, ווי זײַן קרובֿ, אַהרן-הכּהן; עס שטייט אין אַ מדרש, אַז קורחס נאָכפֿאָלגער, 250 גרויסע תּלמידי-חכמים, זענען געקומען צו משה, אָנגעטאָן אין טליתים, געמאַכט פֿון ריינעם תּכלת (אַ ספּעציעלער בלויער מאַטעריאַל, וואָס מע פֿלעגט אַרײַנפֿלעכטן אין די ציצית). |
Search |

























קהילה־לעבן