User login |
נאָך דער שפּאַלטונג אין דער פּאַלעסטינער אויטאָנאָמיע אויף "כאַמאַסטאַן" און "פֿאַטאַכלאַנד"; נאָכן פּראָקלאַמירן אַ נײַע רעגירונג אויפֿן מערבֿ־ברעג, האָט די מערבֿ־וועלט זיך פּלוצעם אויפֿגעכאַפּט און דערזען, אַז דווקא אין דער צײַט, ווען דער אינטערנאַציאָנאַלער פּלאַן, אונטערן נאָמען "וועגן־מאַפּע", האָט געזאָלט אָפּמערקן זײַן פֿינפֿטן יאָרטאָג, קאָן זיך טרעפֿן, אַז מע וועט דאַרפֿן רעדן וועגן זײַן יאָרצײַט, ווײַל נאָך איידער די קומענדיקע פּאַלעסטינער מלוכה איז אויפֿגעקומען, האָט זי זיך שוין געשפּאָלטן.
הײַיאָר איז געווען אַ ווענדפּונקט פֿאַר מיר מיט מײַן מאַן: מיר האָבן אונדזער מיזיניק אויסגעגעבן. נאָך 23 יאָר פֿון דערציִען קינדער, האָט זיך אונדזער נעסטל אויסגעליידיקט. הײַנטיקע צײַטן, איז דאָס אויסגעבן קינדער נישט צוליב חתונה האָבן, ווי מע זינגט עס אין מאַרק וואַרשאַווסקיס ליד, נאָר צוליבן לערנען. ווען אַ קינד גרייכט 17 אָדער 18 יאָר, שיקט מען אים אַוועק אין אוניווערסיטעט, אָפֿט מאָל אין אַ ווײַטער שטאָט. פֿון וואַנען נעמט זיך מײַן פֿאַמיליע, וואָס באַטײַט מײַן נאָמען? — אַזעלכע פֿראַגעס שטעלט זיך יעדער מענטש, כאָטש איין מאָל אין לעבן, ווײַל עס איז דאָך אַ נאַטירלעכע זאַך, בעסער צו פֿאַרשטיין זיך אַליין, די אייגענע שורשים, די פֿאַרבינדונג מיט די אָבֿות, וואָס האָבן אַזאַ אויסווירקונג אויפֿן כאַראַקטער און דעם גורל פֿון אַ מענטשן. די געשיכטע פֿון די ייִדישע נעמען און פֿאַמיליעס איז גענוג אַ דראַמאַטישע און שפּיגלט אָפּ אונדזער אייביקן קאַמף פֿאַר נאַציאָנאַלער עקזיסטענץ און אידענטיטעט.
מיט איר שפּראַך, סענסיטיווקייט, אײַזערנעם זכּרון און כּוח־הדמיון פֿאַרנעמט הײַנט יענטע מאַש אַן אָנגעזעען אָרט אין אונדזער ליטעראַטור. כאָטש זי האָט אָנגעהויבן איר שרײַבערישן וועג אין די מיטעלע יאָרן נאָך דעם, ווי די ייִדן אין איר שטעטל זענען אומגעבראַכט געוואָרן און נאָך דעם, ווי זי איז עולה געווען, האָט זי אַנטוויקלט איר אייגן קול און אייגענעם וועג. אין אַלגעמיין האָט די בעסעראַבער "דעלעגאַציע" פֿון ייִדישע שרײַבער — יחיאל שרײַבמאַן, יענטע מאַש און באָריס סאַנדלער — אַ סך צוגעגעבן צו אונדזער הײַנטיקער ליטעראַטור און האָט פֿון אַ זײַטיקער פּאָזיציע זיך צוגערוקט צום צענטער פֿון איר שאַפֿונג. די גיכקייט, מיט וועלכער עס בײַט זיך דער מצבֿ אין מיטעלן מיזרח, איז שווער צוצופּאַסן צו אַ וואָכן־צײַטונג. דער "הײַנט" ווערט דאָרט פֿאַרוואַנדלט אינעם "נעכטן", נאָך איידער עס גייען אויס די 24 שעה פֿון אַ מעת־לעת. בשעתן שרײַבן דעם אַרטיקל, איז שווער געווען זיך פֿאָרצושטעלן, אַז ביז ער וועט אָנקומען אין רעדאַקציע (מיט דער בליץ־פּאָסט), וועט ער שוין אויסזען פֿאַרעלטערט. פֿונדעסטוועגן, זײַנען פֿאַראַן וויכטיקע פּונקטן אין דער מאָדערנער געשיכטע פֿון מיטעלן מיזרח, אין דער הײַנטיקער פּרשה האָט דער אייבערשטער דערקלערט משה רבינו, ווי אַזוי צוצוגרייטן דאָס ספּעציעלע אַש, "אפֿר פּרה אדומה", וואָס רייניקט אָפּ פֿון "טומאת-מת" — די גײַסטיקע אומרייניקייט פֿון אָנרירן אַ טויטן. אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע מינים טומאה, וואָס פֿאָדערן בלויז אָפּוואַרטן אַ געוויסן טערמין און זיך טובֿלען אין מיקווה, קען מען באַפֿרײַט ווערן פֿון טומאת-מת, אין צוגאָב צום טובֿלען זיך, |
Search |























קהילה־לעבן