User login |
אויפֿן הינטערגרונט פֿון דער מלחמה אין איראַק; דער פּאַלעסטינער צווישנקריגערײַ פֿאַר דער מאַכט; די איראַנישע פֿיפֿיקע טריקס בײַם געווינען צײַט פֿאַר זייער וואָפֿן־פּראָגראַם; דער סירישער אומבאַהאָלפֿענער שפּיל צווישן מערבֿ און איראַן און נאָך צענדליקער אַנדערע סכּנותדיקע פֿאַקטאָרן פֿון הײַנטיקן פּאָליטישן סדר־היום, ליגט פּאַקיסטאַן מיט זײַן פּעקל פּראָבלעמען דערווײַל אָפּגערוקט אין אַ זײַט, מיטן שטעמפּל "נישט פֿון די ברענענדיקע". עס רעדט זיך דאָ נישט, ווי דער לייענער קאָן מיינען, וועגן דער עקזיסטענץ פֿון דער מדינה. די זיכערהייט פֿון דער מדינה איז טאַקע באַדראָט, די גאַנצע 59 יאָר זינט איר אויפֿקום, אָבער נישט איר עצם עקזיסטענץ — אויף יעדן פֿאַל נישט איצט, כּל-זמן דער מאָדערנער המן־הרשע, דער אכמעדינעדזשאַד, איז נאָך נישט פֿאַרטיק מיט זײַן אַטאָמישער באָמבע. דאָ רעדט זיך וועגן דער מלחמה, וואָס דער פּרעמיער-מיניסטער, אהוד אָלמערט,
ביזן 22סטן סעפּטעמבער, 2007, וועט מען קענען באַזוכן די אינטערעסאַנטע אויסשטעלונג וועגן דער ייִדישער אַקטריסע מאַלי פּיקאָן, צונויפֿגעשטעלט פֿון דער טעאַטער־היסטאָריקערין און אַמאָליקער אַקטריסע, דינה ציפּקין. די אויסשטעלונג באַשטייט פֿון מער ווי צוויי הונדערט פֿאָטאָגראַפֿיעס, מוזיק־בויגנס, סקריפּטן, אַרטיקלען, קאָסטיומען,
בעת אַ וויזיט אין פּוילן מיט עטלעכע וואָכן צוריק האָב איך פֿאַרבראַכט פֿינעף טעג אין וואַרשע. דאָס מזל האָט מיר צוגעשפּילט, ווײַל פּונקט אין יענעם סוף־וואָך האָט מען אין דער אָרטיקער "נאָזשיק־שיל" געפּראַוועט אַ בר־מיצווה, דאָס געבן אַ נאָמען אַ מיידעלע, און צוויי חתונות!
די גרויסע אַמעריקאַנער צײַטונגען באַרימען זיך זייער אָפֿט מיט זייער גרויסקייט, איבערהויפּט מיט די גרויסע סומען געלטער, וועלכע זיי נעמען אַרײַן און גיבן אַרויס אין צוזאַמענהאַנג מיט די פֿאַרשיידענע אָפּטיילונגען פֿון זייער צײַטונג. דער "פֿאָרווערטס" קען זיך ניט פֿאַרגלײַכן מיט די גרויסע אַמעריקאַנער צײַטונגען ווען עס קומט צו געלט. זייער פֿעלד איז אַ ברייטערער און דעריבער, נאַטירלעך, קענען זיי האָבן אַ גרעסערע סירקוליישן [טיראַזש] און אַ גרעסערע אײַנקונפֿט פֿון אַדווערטײַזמענט [רעקלאַמע]. אין דער הײַנטיקער פּרשה ווערן דערקלערט אַ ריי גאָר וויכטיקע יסודות פֿון ייִדישקייט, אַרײַנגערעכנט אַהבֿת-השם — די מיצווה ליב צו האָבן דעם אייבערשטן, און אַחדות-השם — צו גלייבן און פֿאַרשטיין, אַז דער אייבערשטער איז דער איינציקער ג-ט. אַחוץ דעם, ווערן אין דער פּרשה אויך איבערגעחזרט די צען געבאָטן און אָנגעזאָגט עטלעכע מיצוות, וואָס זענען באַזונדערס מסוגל צו פֿאַרשטאַרקן די יסודות פֿון אמונה: קריאת-שמע, תּפֿילין, |
Search |
























קהילה־לעבן