User login |
דער איצטיקער מצבֿ אַרום סיריע און ישׂראל דערמאָנט אַן עפּיזאָד פֿון אַ האָליוווּד־פֿילם, וווּ צוויי פּערסאָנאַזשן שטייען איינער אַנטקעגן דעם אַנדערן, יעדער שטעלט צו זײַן רעוואָלווער צום קאָפּ פֿון זײַן שׂונא און מע וואַרט, בײַ וועמען ס׳וועלן די נערוון נאָכלאָזן פֿריִער. דעמאָלט וועט ער אָדער אַראָפּלאָזן זײַן רעוואָלווער, אָדער אויסשיסן. גיי אָבער זײַ אַ חכם און טרעף, וואָס דער שׂונא דײַנער האָט בדעה צו טאָן?! אונדזער הײַנטיקער גאַסט איז יודזשין אָרענשטיין, אַ פּראָפֿעסאָר אין מעקגיל־אוניווערסיטעט.
ווער זענען הײַנט די סטודענטן, וואָס קומען זיך לערנען ייִדישע געשיכטע? מיר האָבן פֿאַרשידענע סטודענטן אינעם מעקגיל־אוניווערסיטעט. ס׳איז דאָ זייער ערנסטע סטודענטן, וואָס האָבן בדעה צו ספּעציאַליזירן זיך אין דער ייִדישער געשיכטע און זיי ווילן ממשיך זײַן דאָס לערנען אויפֿן העכערן ניוואָ, מאַכן אַ מאַגיסטער אָדער אַ דאָקטאָראַט.
זשורנאַל "אַזימאָווס" — 30 יאָר מיט 30 יאָר צוריק, אין 1977, האָט די דרוק-פֿירמע "דייוויס פּאָבלישינג" באַקומען פֿון אײַזיק אַזימאָוו, דער באַרימטער שרײַבער-פֿאַנטאַסט, אַ דערלויבעניש אַרויסצוגעבן אַ נײַעם וויסנשאַפֿטלעך-פֿאַנטאַסטישן זשורנאַל, אָנגערופֿן לכּבֿוד דעם שרײַבער — "Asimov‘s Science Fiction". דער נײַער זשורנאַל איז באַלד געוואָרן זייער פּאָפּולער און צוגעצויגן די בעסטע מײַסטערס פֿונעם זשאַנער: אַרטור קלאַרק, דעם זומער איז אין ירושלים פֿאָרגעקומען אַ קאָנפֿערענץ צו באַהאַנדלען די צוקונפֿט פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. עס האָבן זיך באַטייליקט אַרום אַ 120 ייִדישע פּערזענלעכקייטן, אינטעלעקטואַלן און פֿאָרשער פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, ישׂראל און אייראָפּע. אין צענטער פֿון די פֿאַרהאַנדלונגען איז געשטאַנען די פֿראַגע פֿון ייִדישער אידענטיטעט; עס איז באַטראַכט געוואָרן דאָס אָרט וואָס מדינת־ישׂראל פֿאַרנעמט בײַם ייִדישן פֿאָלק און די געפֿאַרן, וואָס באַדראָען די פֿיזישע עקזיסטענץ פֿון פֿאָלק:
דער וואַרשעווער אויפֿשטאַנד (נישט פּלאָנטערן מיטן אויפֿשטאַנד פֿון וואַרשעווער געטאָ!) געהערט צו די טראַגישסטע און סודותפֿולסטע קאַפּיטלען אין דער געשיכטע פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה. דער אויפֿשטאַנד האָט זיך אָנגעהויבן דעם 1טן אויגוסט 1944 און זיך פֿאַרענדיקט דעם 2טן אָקטאָבער. לויט די לעצטע ידיעות, זײַנען אין די צוויי חדשים אומגעקומען 18 טויזנט אויפֿשטענדלער, קעמפֿער פֿון דער "אַרמיי־קראַיאָוואַ", 180 טויזנט ציווילע אײַנוווינער און 20 טויזנט דײַטשישע סאָלדאַטן. אין דער הײַנטיקער פּרשה איז געגעבן געוואָרן די מיצווה אײַנצושטעלן "שופֿטים" — דיינים אין יעדער שטאָט, כּדי זיי זאָלן פּסקענען הלכה, און "שוטרים" — אַ מין "פּאָליציי", צו צווינגען די ייִדן צו פֿאָלגן דעם פּסק. ווען דער בית-המיקדש איז חרובֿ געוואָרן, און די ייִדן האָבן זיך פֿאַרשפּרייט איבער דער וועלט, האָבן די דיינים פֿאַרלוירן די עכטע "סמיכה" — די מעגלעכקייט אויסצופֿירן די דאָזיקע מיצווה; די הײַנטצײַטיקע רבנות-סמיכה איז בלויז אַ דערלויבעניש צו פּסקענען שאלות. |
Search |
























קהילה־לעבן