User login |
דער אמתער "בערמודער דרײַעק", וואָס געפֿינט זיך אין אַטלאַנטישן אָקעאַן, צווישן די בערמודער אינדזלען, פּוערטאָ־ריקאָ און פֿלאָרידע, איז גוט באַקאַנט, ווי אַן אָרט, וווּ עס לויערט די סכּנה איבער די שיפֿן אומגעבראַכט אָדער פֿאַרשוווּנדן צו ווערן. דער באַגריף "בערמודער דרײַעק" ווערט אָבער אויך באַנוצט, ווי אַ מעטאַפֿאָר, ווען עס גייט אַ רייד וועגן אַ פֿאַרשאָלטן אָרט, וווּ קיין אויסוועג פֿון דעם איז כּמעט אוממעגלעך צו געפֿינען.
אונדזער מיטאַרבעטער, מיכאל קרוטיקאָוו, האָט לעצטנס געשריבן אין זײַנע צוויי אַרטיקלען וועגן דער עטנאָגראַפֿישער עקספּעדיציע, אָרגאַניזירט דורכן פֿאָרשונג־צענטער "פּעטערבורגער יודאַיִקאַ". די אַרטיקלען האָבן אַרויסגערופֿן אַ גרויסן אינטערעס בײַ אונדזערע לייענער. דעריבער האָבן מיר זיך געוואָנדן צו עטלעכע מיטבאַטייליקטע אין דער עקספּעדיציע זיך צו טיילן מיט זייערע פּראָפֿעסיאָנעלע אײַנדרוקן און אַנטפּלעקונגען בשעת זייער פֿאַרכאַפּנדיקער נסיעה אויף די שפּורן פֿונעם הײַנטיקן ייִדישן לעבן אין פּאָדאָליע.
דאָס נײַע בוך פֿונעם באַקאַנטן היסטאָריקער, פּראָפֿעסאָר פֿונעם העברעיִשן אוניווערסיטעט, סטיווען אַשהיים, איז געווידמעט דער אינטעלעקטועלער און קולטורעלער ירושה פֿונעם דײַטשיש־ייִדישן "גלות". זײַנע העלדן זײַנען געבוירן געוואָרן אין דײַטשלאַנד און האָבן פֿאַרלאָזט דאָס לאַנד פֿאַרן חורבן. אַשהיים, איינער פֿון די גרעסטע לעבעדיקע מומחים פֿון דער דײַטשיש־ייִדישער געשיכטע, איז דערצו נאָך אַ פֿײַנער שרײַבער און אַ שאַרפֿזיניקער אַנאַליטיקער.
פֿונעם 6טן ביזן 17טן אויגוסט איז אין שטראַסבורג פֿאָרגעקומען אַ זומער-קורס פֿון דער ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור — אַ טייל פֿון דער ראָטאַציע־פּראָגראַם, וואָס קומט פֿאָר יעדעס יאָר אין פּאַריז, שטראַסבורג אָדער בריסל. 44 תּלמידים פֿון פֿראַנקרײַך, אַמעריקע, ישׂראל, אַרגענטינע, קאַנאַדע, שפּאַניע, דײַטשלאַנד, און — אַ דאַנק אַ ספּעציעלער סטיפּענדיע פֿאַר מיזרח־אייראָפּעיִשע סטודענטן — אויך ניט ווייניק תּלמידים פֿון רוסלאַנד און פּוילן, איינע פֿון די גרעסטע מעלות פֿון דער אינטערנעץ איז די גרויסע צאָל "אָנלײַן"-ביבליאָטעקן, וווּ מע קען אָפּגעפֿינען אַ סך ביכער און אַרטיקלען, אַרײַנגערעכנט אַ סך באַקאַנטע, ווי אויך ווייניק-באַקאַנטע ליטעראַטור-ווערק, וויסנשאַפֿטלעכע פֿאָרשונגען און אַנדערע נייטיקע אינפֿאָרמאַציע־רעסורסן. אַ דאַנק דער אינטערנעץ, קענען די שרײַבער, היסטאָריקער, ליטעראַטור-פֿאָרשער און אַנדערע מענטשן, וואָס זייער פֿאַך פֿאָדערט אַ שטענדיקן צוטריט צו אַ סך טעקסטן, די הײַנטיקע פּרשה הייבט זיך אָן מיט דער מיצווה פֿון "ביכּורים" — די ערשטע פּירות פֿונעם יערלעכן גערעטעניש, וואָס מע פֿלעגט ברענגען די כּהנים אינעם בית-המיקדש; מ׳האָט געבראַכט בלויז די זיבן מינים פֿרוכטן און תּבֿואה, מיט וועלכע עס ווערן באַרימט ארץ-ישׂראל, ווי עס שטייט אין דער תּורה: ווייץ, גערשטן, טרויבן, פֿײַגן, טייטלען, איילבערטן און מילגרוימען. |
Search |
























קהילה־לעבן