User login |
אַז דער רוסלענדישער פּרעזידענט וולאַדימיר פּוטין פֿאָרט קיין טעהעראַן אויף אַ סאָמיט פֿון די בײַקאַספּישע לענדער — איראַן, אַזערבײַדזשאַן, טורקמעניסטאַן, קאַזאַכסטאַן און רוסלאַנד — איז קיין סוד נישט געווען. נאָך מער, ס׳איז באַוווּסט געווען פֿון פֿריִער, אַז דאָרט וועט ער רעדן מיטן גאַסטגעבער, דעם פּרעזידענט אַכמאַדינעדזשאַד, נישט נאָר וועגן דעם ווי אַזוי צו צעטיילן צווישן די שכנים די נאַפֿט־אוצרות, אַז יעדער זאָל בלײַבן צופֿרידן, נאָר וועגן דער איראַנישער נוקלעאַרער פּראָגראַם, וואָס גיט נישט דער מערבֿ־וועלט קיין רו. טאַקע אין דעם האָט געשטעקט די אינטריגע. "עס איז לײַכטער פֿאַר מענטשן צו טוישן די פֿראָנטן, איידער די האָריזנטן" — האָט דער ייִדיש-פּוילישער דיכטער סטאַניסלאַוו יעזשי לעץ (טאַקע פֿון "לץ") געשריבן אין איינעם פֿון זײַנע אַפֿאָריזמען. דאָס האָט ער זיכער געמיינט נישט די פּשוטע מענטשן פֿון אַ גאַנץ יאָר, נאָר זייערע מנהיגים, די פּאָליטיקער. די מנהיגים פֿון מדינת-ישׂראל האָבן זיכער אַ רײַכע דערפֿאַרונג אויף דעם געביט און דער דאָזיקער אַפֿאָריזם איז ווי אָנגעפּאַסט גענוי אויף זיי.
רירנדיקע צערעמאָניע אין "יד־ושם" מיט עטלעכע וואָכן צוריק איז פֿאָרגעקומען אַ צערעמאָניע אין "יד־ושם", וואָס האָט אַרויסגערופֿן גרויס אינטערעס אין דער מעדיאַ און אין דער ישׂראל־פּרעסע. עס איז געווען פֿאַרבונדן מיטן אָנערקענען אַ קריסטלעכע פֿרוי ווי איינע פֿון די "חסידי־אומות־העולם", וואָס האָט בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה ריזיקירט מיט איר לעבן און געראַטעוועט ייִדן פֿון די נאַצישע זעלנער.
עס איז אַרויס אַ נײַער נומער פֿון "די צוקונפֿט", די עלטסטע אין דער וועלט צײַטשריפֿט אויף דער ייִדישער שפּראַך. איצט גייט "די צוקונפֿט" אַרויס אין אַ נײַעם פֿאָרמאַט. אין זייער אַרײַנפֿיר־וואָרט דערקלערן די נײַע רעדאַקטאָרן, באָריס סאַנדלער און גענאַדי עסטרײַך, זייער ציל׃ צו מאַכן אַ זשורנאַל פֿאַר דער ייִדישער אינטעליגענץ. זיי האָבן בדעה צו עפֿענען די זײַטן פֿונעם זשורנאַל פֿאַר קולטורעלע און עפֿנטלעכע וויכּוחים, פֿאַר נײַע פֿאָרשונגען, און אַוודאי און אַוודאי פֿאַר נײַע ווערק פֿון ליטעראַטור און קונסט.
מיט אַ חודש צוריק האָט ביראָבידזשאַן דורכגעפֿירט אַ ריי פֿײַערונג-אונטערנעמונגען לכּבֿוד דעם 70סטן יוביליי פֿון דער שטאָט. ביראָבידזשאַן, די הויפּטשטאָט פֿון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט, וועלכע דער ראַטן-פֿאַרבאַנד האָט געגרינדעט אינעם יאָר 1934, ווערט הײַנט אָפֿט באַטראַכט ווי אַ "ריין-רוסישע שטאָט, וואָס האָט גאָרנישט צו טאָן מיט ייִדישקייט". בײַם אָנהייב פֿון דער הײַנטיקער פּרשה האָט דער אייבערשטער געהייסן אַבֿרהם אָבינו צו פֿאַרלאָזן זײַן היימלאַנד, און צו גיין אין ארץ-כּנען. דערמאָלט האָט אַבֿרהם אָבינו נאָך געהייסן אַבֿרם; ערשט שפּעטער, ווי עס ווערט דערציילט ווײַטער אין דער פּרשה, האָט דער באַשעפֿער צוגעגעבן צו זײַן נאָמען דעם אות "הא", וואָס סימבאָליזירט די קומענדיקע השפּעה פֿון זײַנע קינדער, דאָס ייִדישע פֿאָלק, איבער דער גאַנצער וועלט. ווי עס שטייט אינעם פּסוק, איז דער נאָמען אַבֿרהם אַ פֿאַרקירצונג פֿון דער פֿראַזע "אָבֿ להמון גוים" — "דער פֿאָטער פֿון אַ סך פֿעלקער". |
Search |
























קהילה־לעבן