User login |
די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט מען אין מאָסקווע אָפּגעמערקט דעם טאָג פֿון פּאָליטישע רעפּרעסיעס. בײַ אַן אָנדענק־שטיין, אַנטקעגן דער טרויעריק־באַרימטער לוביאַנקע, וווּ עס געפֿינט זיך ביז הײַנט דער צענטער פֿון דער רוסלענדישער זיכערהייט־אַגענץ, איז דורכגעפֿירט געוואָרן אַ מיטינג, וווּ מע האָט געלייענט אויף אַ קול די רשימות פֿון די דערשאָסענע סאָוועטישע בירגער. פֿון 10 אַ זייגער אין דער פֿרי ביז 10 אַ זייגער בײַ נאַכט האָבן די מיטגלידער פֿון דער אָנדענק־אָרגאַניזאַציע "מעמאָריאַל" אָנגערופֿן די נעמען פֿון די קרבנות, זייער עלטער, פֿאַך און די דאַטע פֿונעם מאָרד.
אין אַ ליכטיקן קלאַסצימער, באַצירט מיט גרויסע ייִדישע אותיות און פֿאַרביקע בילדער, האָט אַ יונגע לערערין, פֿאַראַכטאָגן דאָנערשטיק, געקנעלט די פּרשה "לך לך" מיט די איבער צוואָנציק תּלמידות פֿונעם צווייטן קלאַס, אַלע אָנגעטאָן אין ליכטיק בלאָע בלוזקעס און טונקל בלאָע קליידלעך. אויף ייִדיש האָט זי געפֿרעגט: "ויאמר — ווער ווייסט די טײַטש פֿון וואָרט — ויאמר?" מיט אימפּעט האָבן די הענט פֿון כּמעט אַלע מיידלעך אויפֿגעשפּרונגען.
"כ"וועל שענקען דיר — וועלט,
ווי אַ טייל פֿון דעם "אוי־הו"־מוזיק־פֿעסטיוואַל אין ניו־יאָרק, האָט די זינגערין בתיה שעכטער, באַקאַנט ווי די זינגערין און אָנפֿירערין פֿון דער גרופּע "פּרעהס טאָכטער", געשטעלט אַ זעלטענע פּראָגראַם אונטערן נאָמען "ראַדיקאַלער חידוש: אַ מוזיקאַלישע אויספֿאָרשונג פֿון דער פּאָעזיע פֿון אַבֿרהם יהושע העשעל" — אין מאַנהעטן, דעם 23סטן אָקטאָבער.
לעצטנס, האָט די "Associated Press" פֿאַרעפֿנטלעכט אַ טשיקאַווע שטיקל נײַעס אין 250 נײַעס־אַגענטורן און פּרעסע־אַגענצן איבער דער וועלט. נעמלעך, אַז ס'האָט זיך אָפּגעזוכט אַן אַלבאָם מיט קונסט־בילדער, געמאָלן אין דאַכאַו־קאָנצענטראַציע־לאַגער אין צײַט פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה. באַלד האָבן זיך אַראָפּגעלאָזט זשורנאַליסטן פֿון איבער דער וועלט, געוואָלט וויסן אַלע פּרטים. דער מענטש, פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַרן אויסגעפֿינס, איז נישט קיין אַנדערער ווי מײַן זון אַבֿרהם (אַבֿי) האָפֿמאַן, וועלכער האָט זיך מיט מיר אַוועקגעזעצט אין מיטן פֿילמירן דעם דאָקומענטאַרן־פֿילם, וואָס האָט אַ שײַכות צום אַלבאָם, און מיר אויסדערציילט די אינטערעסאַנטע געשיכטע וואָס שטעקט הינטער דעם. איינע פֿון די האַרבסטע קאָשמאַרן, פֿון וועלכע עס לײַדן די באַזיצערס פֿון קאָמפּיוטערס, איז די שרעק פֿאַר אַ "ווירוס". נישט קיין ביאָלאָגישן (וואָס איז אויך נישט קיין קליינער שעדיקער פֿון דעם מענטשלעכן געזונט), נאָר פֿאַר דעם "טעכנאָלאָגישן" מזיק, וואָס כאַפּט זיך אַרײַן פּלוצעם און אומדערוואַרט, אַזוי ווי יענער ווירוס, אין די אינערלעכע געוויידן פֿון דעם מכשיר און מאַכט אָפֿטמאָל דאָרט אַ תּל פֿון זײַן גאַנצן אינהאַלט און פֿון דײַן גאַנצער מי. ווען שׂרה איז געוווירן געוואָרן וועגן דער עקידה, אַז איר זון, יצחק, איז שיִער נישט געבראַכט געוואָרן ווי אַ קרבן, איז איר נשמה "אַרויסגעפֿלויגן" פֿונעם גוף, און זי איז ניפֿטר געוואָרן, אינעם עלטער פֿון 127 יאָר. אַבֿרהם אָבֿינו האָט באַערדיקט זײַן ווײַב אין מערת-המכפּלה — די הייליקע הייל, וועלכע געפֿינט זיך אויפֿן שטח פֿון חבֿרון, וווּ עס ליגן אַלע אונדזערע אור-פֿאָטערס און אור-מוטערס, אַחוץ רחל: אַבֿרהם און שׂרה, יצחק און רבֿקה, יעקבֿ און לאה, ווי אויך, לויט דער מסורה, אָדם און חוה. דער פֿריִערדיקער אייגנטימער פֿון מערת-המכפּלה, עפֿרון בן-צוחר, האָט פֿאָרגעלייגט אַבֿרהמען די הייל בחינם, אָבער אַבֿרהם אָבֿינו האָט אים באַצאָלט 400 זילבערנע מטבעות, און געקויפֿט אַ גאַנץ פֿעלד אַרום מערת-המכפּלה. |
Search |
























קהילה־לעבן