User loginSearch |
די פֿאַרגאַנגענע וואָך אין ישׂראל איז געווען אָנגעזעטיקט מיט וויכטיקע אינטערנאַציאָנאַלע געשעענישן, בפֿירוש אויפֿן פּאָליטישן פֿעלד. קודם־כּל, האָבן ישׂראל באַזוכט מיט זייער אַ וויכטיקן שליחות די געסט פֿון דײַטשלאַנד, בראָש מיט דער קאַנצלערין אַנגעלאַ מערקעל. ווי עס שרײַבט די איטאַליענישע צײַטונג Corriere della Sera, האָט אַנגעלאַ מערקעל "נאָך 60 יאָר זינט ס‘איז אויפֿגעקומען די ייִדישע מדינה, וואָס געדענקט נאָך די קאָנצענטראַציע־לאַגערן און דעם דײַטשישן גענאָציד, פֿאָרגעלייגט איבערצובלעטערן די דאָזיקע זײַט פֿון דער געשיכטע." אין די סאַמע ברויזנדיקע טעג פֿון דער מערדערישער טעראָר־שחיטה אין דער ישיבה "מרכּז־הרבֿ" און ווען מדינת־ישׂראל איז, צוזאַמען מיט דער גאַנצער וועלט, געוואָרן אַרײַנגעווירכלט אינעם קעסל־גרוב פֿון דעם עקאָנאָמישן קריזיס — דעם ערשטן גרויסן וועלט־קריזיס אין די ראַמען פֿון דער גלאָבאַליזאַציע — גראָד אין די דאָזיקע טעג פֿון שפּאַנונג האָט פּלוצעם אויפֿגעפֿלאַקערט און, קענטיק, זיך גאָר גיך פֿאַרלאָשן, די שיל וווּ איך דאַוון יעדן שבת, "יאָנג איזרייל אוהבֿ צדק", האָט במשך פֿון די לעצטע צוויי יאָר זיך ממשותדיק צעוואַקסן, אַ דאַנק אַ צאָל יונגע ייִדישע משפּחות, וואָס האָבן זיך אַרײַנגעצויגן אין צפֿון־ריווערדייל און דרום־מערבֿ יאַנקערס. עטלעכע מאָל אַ חודש, בײַם סוף פֿונעם דאַווענען, רופֿט אָן דער שול־פּרעזידענט דעם נאָמען פֿון נאָך אַ מענטש אָדער משפּחה, וואָס האָט זיך אָנגעשלאָסן אין דער שיל.
פֿון יאָר צו יאָר באַווײַזן זיך אין די אוניווערסיטעטן און אויף די זומער־קורסן נײַע סטודענטן, וואָס ווילן זיך לערנען ייִדיש. און כאָטש ווײַט ניט אַלע פֿון זיי וועלן זיך טאַקע אויסלערנען, מעג מען זיך פֿאָרט ריכטן, אַז דער נאָכפֿרעג אויף ייִדיש־לימוד איז מער־ווייניקער אַ סטאַבילער. עס באַווײַזן זיך אויך יאָר־אײַן, יאָר־אויס, נײַע "אינסטרוקטאָרס" פֿון ייִדיש. (וואָס טוט מען דען ניט צוליב פּרנסה?) אַ סך פֿון זיי ווערן טאַקע געראָטענע לערער. אַ טייל ווערן אַפֿילו גאַנץ היימיש מיטן לשון פֿון זייערע עלטער־באָבעס און עלטער־זיידעס. מיטן לפֿי־ערכדיקן וווּקס פֿון ייִדישן שפּראַך־לימוד וואַקסט אונטער אויך די באַדערפֿעניש אין נײַע, עפֿעקטיווע און דער עיקר, ווי־ווײַט מעגלעך נאַטירלעכע לערן־מאַטעריאַלן, טעקסט־ביכער, געניטונגען, גראַמאַטישע דערקלערונגען און אידיאָמאַטישע אײַנריכטונגען. ער פֿלעגט נעלם ווערן צו מאָל אויף צוויי־דרײַ וואָכן, צו מאָל — אויף עטלעכע חדשים; ער האָט איר דערקלערט, אַז דאָס איז פֿאַרבונדן מיט זײַן אַרבעט, אָבער זי האָט אים קיין מאָל נישט געפֿרעגט, וואָס איז זײַן אַרבעט; מעגלעך, ווײַל זי אַליין האָט געפֿילט, אַז צוגעבן צו דעם מער, ווי ער האָט איר שוין געזאָגט, קאָן ער נישט. ווי מיר האָבן שוין באַהאַנדלט אינעם פֿריִערדיקן אַרטיקל, איז די פֿריִערדיקע פּרשה, "ויקראָ", גײַסטיק פֿאַרבונדן מיט פּרשת-זכור, וועלכע האָט אַ שײַכות צום הײַנטיקן יום-טובֿ — פּורים. דער הײַנטיקער פֿרײַטיק פֿאַלט אויס פּורים — דערפֿאַר מוז אונדזער סדרה, "צו", אויך האָבן אַ שײַכות צו די פּורימדיקע ענינים. |
|
















קהילה־לעבן