User loginSearch |
מאָנטיק, דעם 10טן אויגוסט, איז אין טשערנאָוויץ, אוקראַיִנע, געשטאָרבן דער ייִדישער שרײַבער יוסף בורג. ער איז אַלט געווען 97 יאָר. יוסף בורג איז געבוירן געוואָרן אין וויזשניץ (דעמאָלט אַ טייל פֿון דער עסטרײַך־אונגערישער אימפּעריע) און לאַנגע יאָרן געלעבט אין טשערנאָוויץ, די הויפּטשטאָט פֿון דער בוקעווינע. ער האָט זיך געלערנט אין אַ פֿאָלקשול און שפּעטער שטודירט גערמאַניסטיק אינעם ווינער אוניווערסיטעט. פֿון 1941 ביז 1958 האָט ער געלעבט אין אוראַל. ער איז צוריקגעקומען קיין טשערנאָוויץ און געווען אַ לערער.
דעם 23סטן יולי, אין דער עלטער פֿון 83 יאָר, איז אַוועק אין דער אייביקייט דער גרינדער און רעדאַקטאָר פֿונעם רוסישן "פֿאָרווערטס", וועלוול יעדידאָוויטש. פֿרײַנד יעדידאָוויטש איז אָנגעקומען קיין אַמעריקע, אָפּלעבנדיק אַ לעבן אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, וווּ ער האָט געמאַכט אַ גלענצנדיקע קאַריערע ביז אַ געלערנטן אין ראַדיאָ־עלעקטראָניק, ד״ר פֿון טעכנישע וויסנשאַפֿטן. קיין ניו־יאָרק האָט ער עמיגרירט מיט זײַן משפּחה אין 1992, שוין אַ פּענסיאָנירטער, ווײַט נישט קיין געזונטער מענטש, אָבער מיט אַ גרויסן חשק צו ברענגען נוץ נישט בלויז זײַנע אייגענע אינטערעסן, נאָר די "גרינע" — צענדליקער טויזנטער ייִדישע אימיגראַנטן, וואָס זייער מאַמע־לשון איז געווען רוסיש, |
|
















קהילה־לעבן