User login |
דער חילוק צווישן פּאַנטעיִזם און פּאַנענטעיִזם — הגם ס׳רובֿ חסידים קענען נישט, מסתּמא, אַזעלכע פֿילאָסאָפֿישע טערמינען — באַשטייט אין דעם, וואָס פֿאַר אַ פּאַנטעיִסט איז אַלץ ממש ג־ט, און אַ פּאַנענטעיִסט האַלט, אַז דער אוניווערס שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ ג־טלעכע אַנטפּלעקונג, אָדער איז אָנגעפֿילט מיטן ג־טלעכן חיות. אין פֿאַרשיידענע חסידישע גרופּעס טרעפֿן זיך ביידע פֿילאָסאָפֿיעס, אין פֿאַרשיידענע קאָמבינאַציעס. ס׳רובֿ הײַנטיקע אונגאַרישע און גאַליציאַנער חסידים פֿאַרנעמען זיך נישט סיסטעמאַטיש מיט קבלה און שטודיעס פֿון חסידישע טעאָריעס. זייער חסידות דריקט זיך אויס, דער עיקר, אין מלבושים, מאכלים, נוסח פֿון דאַוונען, גיין צום רבינס טיש און אַנדערע פּראַקטישע מינהגים. די סאַטמאַרער חסידים — די גרעסטע גרופּע אין דער וועלט — זענען בכלל נעענטער צום מתנגדישן דרך; רבי יואל טייטלבוים ז״ל האָט געהאַלטן, אַז דער אַלטער דרך פֿון בעל־שם־טובֿ איז אין די הײַנטיקע צײַטן פֿאַרגעסן געוואָרן, דערפֿאַר איז די עיקר־עבֿודה צו זײַן אַ ייִד פֿון אַ גאַנץ יאָר, וואָס לערנט די גמרא, לעבט על־פּי שולחן־ערוך און טוט חסד. אין פֿאַרגלײַך מיט אַ סך אַנדערע חסידים, טראַכטן נישט די סאַטמאַרער, אַז אַ יונגער־מאַן, וואָס לערנט די גאַנצע צײַט אין אַ כּולל, איז העכער ווי אַ פּשוטער אַרבעטער. אַדרבה, דאָס אַרבעטן און געבן צדקה איז פּונקט אַזוי הייליק, ווי דאָס תּורה־לערנען. אין דעם דאָזיקן צוגאַנג גופֿא ווערט אָבער אויסגעדריקט דער אַלגעמיינער חסידישער פּאַנענטעיִזם. אַפֿילו אַזאַ גשמיותדיקע זאַך, ווי פּרנסה, איז בעצם הייליק.
די מעשׂה פֿונעם קאַרטאָפֿל איז אַזאַ, וואָס וועגן אים האָט מען אָנגעשריבן גאַנצע ביכער. שטאַמען שטאַמט ער פֿון דרום־אַמעריקע — פּערו. קיין אייראָפּע איז ער, אַזוי ווי דער פּאָמידאָר, אָנגעקומען נאָך קאָלאָמבוסן, אַ דאַנק די שפּאַניער וואָס האָבן אײַנגענומען די אימפּעריע פֿון די אינקאַס. ווי מיר האָבן שוין געשריבן, זענען די ביידע גרינסן פֿון איין משפּחה מיט נאַכטשאָטן און אַנדערע סמיקע געוויקסן, האָט מען אויפֿן קאַרטאָפֿל אויך באַלד געוואָרפֿן אַן אומחן. קומט אויס, אַז אין דער צווייטער העלפֿט 18טן יאָרהונדערט האָט דער פֿראַנצייזישער וויסנשאַפֿטלער פּאַרמאַנטיע (Parmentier) געזען, אַז אין פֿראַנקרײַך זאָל זיך דאָס פֿאָלק צוכאַפּן דערצו. ווי אַזוי? ער האָט פֿאַרזעצט קאַרטאָפֿל אין די אַריסטאָקראַטישע גערטנער און געהייסן, מע זאָל די פֿלאַנצן שטרענג באַוואַכן. כאָטש די אַריסטאָקראַטיע האָט פֿונעם קאַרטאָפֿל דווקא נישט געהאַלטן, האָט דער המון פֿאַרשטאַנען, אַז קאַרטאָפֿל איז טאַקע דאָס וואָס זיי דאַרפֿן; און בשעת די דאָרטיקע שומרים פֿלעגן זיך פֿאַרקוקן אין אַ זײַט, האָט מען קאַרטאָפֿל אַרויסגעגנבֿעט. צו אַ גיכער פֿאַרשפּרייטונג פֿון דעם געוויקס האָט נאָך צוגעשפּילט דער גרויסער הונגער אין אייראָפּע אין 1770, ביז ס’איז געוואָרן די עיקרדיקע שפּײַז איבער אַ היפּשן שטח — למשל, סײַ אין אירלאַנד און סײַ אין רוסלאַנד.
אין פּעטערבורג — די שטאָט, וואָס ווערט אָפֿט באַטראַכט ווי דער קולטורעלער הויפּט־צענטער פֿון רוסלאַנד — געפֿינט זיך די רוסלענדישע נאַציאָנאַלע ביבליאָטעק, אַ ריזיקער אוצר פֿון 33 מיליאָן ביכער און אַנדערע דאָקומענטן. אינעם יאָר 1795, האָט די אימפּעראַטאָרין יעקאַטערינע די צווייטע גוטגעהייסן דעם פּראָיעקט פֿון דער מלוכישער עפֿנטלעכער ביבליאָטעק, פֿאָרגעלייגט דורך דעם אַרכיטעקט יעגאָר סאָקאָלאָוו. אין דער זעלבער צײַט, מיט אַ יאָר פֿאַר איר טויט, האָט די מלכּה געהייסן צו ברענגען פֿון וואַרשע קיין פּעטערבורג די ביכער־קאָלעקציע פֿון די ברידער זאַלוסקי. די דאָזיקע זאַמלונג האָט פֿאַרלייגט דעם יסוד פֿונעם אויסלענדישן אָפּטייל פֿון דער ביבליאָטעק. די רוסלענדישע נאַציאָנאַלע ביבליאָטעק איז די עלטסטע עפֿנטלעכע ביבליאָטעק אין רוסלאַנד, וועלכע בלײַבט דער גרעסטער ביכער־אוצר אינעם לאַנד, וועלכע שפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אינעם קולטורעלן לעבן און אין דער אַקאַדעמישער וויסנשאַפֿט אין רוסלאַנד. במשך פֿון איר לאַנגער געשיכטע, אינעם פּעריאָד פֿון איבער 200 יאָר, האָט די ביבליאָטעק זיך כּסדר פֿאַרברייטערט; דער ריזיקער אָפּטייל פֿון אויסלענדישער ליטעראַטור ווערט הײַנט אײַנגעטיילט אין אַ ריי פֿאַרשיידענע צווײַגן. מסתּמא צוליב דעם, וואָס דער ייִדישער אַלף־בית ווערט באַטראַכט ווי אַ מיזרחדיקער, געהערן די ביכער אויף ייִדיש צום אָפּטייל געווידמעט דער ליטעראַטור פֿון אַזיאַטישע און אַפֿריקאַנישע לענדער.
נישט איין מאָל האָט מײַן לערער און מורה־דרך, ד״ר מרדכי שעכטער ע״ה, זיך באַקלאָגט וועגן אַ קרענק וואָס ער האָט אָנגערופֿן, בלויז האַלב אויף קאַטאָוועס, "היפּערטראָפֿיאַ עטימאָלאָגיסטיקאַ" (לײַטיש מאַמע־לשון, זז’ 219־222), אַנדערש געזאָגט, דאָס וועלן כּסדר צעגלידערן מאַמע־לשון אויף זײַנע היסטאָרישע קאָמפּאָנענטן — דײַטש, לשון־קודש, סלאַוויש. "אַ ייִד וואָס לײַדט פֿון דער קרענק — זאָגט ער — זעט נישט ייִדיש ווי אַ גאַנצקייט, נאָר ווי אַ קופּע דײַטשע, העברעיִשע, פּוילישע און רוסישע ווערטער". פֿונדעסטוועגן מיין איך, אַז שעכטער וועט מיר מוחל זײַן אויף יענער וועלט, אויב איך וועל דאָ אינעם "פֿאָרווערטס" זיך אָפּגעבן מיט עטימאָלאָגיע, מיטן אָפּשטאַם פֿון ווערטער. נישט ווײַל איך האַלט, אַז ייִדיש איז נישט קיין גאַנצקייט, נאָר פּונקט פֿאַרקערט, ווײַל אויב מע פֿאַרשטייט ווי אַזוי ס’אַנטוויקלען זיך שפּראַכן, פֿאַרשטייט מען שוין במילא, ווי אַזוי יעדע שפּראַך נעמט פֿון דער פֿרעמד און בלײַבט פֿאָרט אַ שפּראַך פֿאַר זיך. פֿאַראַן אַ צוגאַנג אין דער פֿילאָלאָגיע וואָס הייסט "ווערטער און זאַכן" (אויף דײַטש: ). לויט דעם צוגאַנג דאַרף מען האָבן אין זינען נישט בלויז די ווערטער, נאָר אויך די זאַכן וואָס זיי רעפּרעזענטירן. וואָלט איך געוואָלט זיך אָפּגעבן, קודם־כּל, מיט באַקאַנטע זאַכן, אַרומרעדן זייערע וועגן — ווײַל זאַכן האָבן זייערע אייגענע וועגן — און זען, ווי אַזוי דאָס האָט משפּיע געווען אויפֿן ייִדישן וואָרט. דערבײַ וועלן מיר אויך זען, ווי אַזוי דאָס האָט משפּיע געווען אויף אַנדערע שפּראַכן.
מײַן חבֿר משה לעמסטער איז געוואָרן 65, ביז 120. אַ גוטע געלעגנהייט צו זאָגן וועגן אים עטלעכע ווערטער. משה איז מײַן בן־עיר, מיר זײַנען ביידע בעסאַראַבער, אַפֿילו פֿון איין געגנט — פֿון צפֿון. אַמאָל האָט אין אונדזערע מקומות יעדעס שטעטל געשמט מיט זײַן אייגענער סחורה — איין שטעטל מיט ווײַן אַ צווייט — מיט ברינדזע, אַ דריט — מיט שמוישן, מיט גערויכערטע פֿלוימען און געטריקנטע עפּל... יעדינעץ, פֿון וואַנען עס שטאַמט אונדזער יובילאַר, האָט אַרויסגעגעבן די בעסטע ייִדישע בחורים. משה און איך זײַנען ביידע אַרויס פֿון איין שרײַבערישן חדר, וווּ אונדזער מלמד איז געווען דער באַקאַנטער שרײַבער יחיאל שרײַבמאַן. משה איז געפֿלויגן אין זײַנע פּאָעטישע הימלען, און איך האָב זיך געטשעפּעט פֿאַר מײַן שטיקל באָדן. הגם, משה, ווי אַ געבילדעטער פֿיזיקער, האָט געקענט בעסער אײַזיק ניוטאָנס געזעצן. אין די יאָרן פֿון אונדזער יוגנט איז ברייט פֿאַרשפּרייט געווען דער באַגריף — "פֿיזיקער־ליריקער". משה האָט זיכער געהערט צו דער בראַנזשע, אָבער מיט אַ בולטן ייִדישן שניט. אַ סך אונדזערע מיטצײַטלער האָבן זיך מיט זייער ייִחוס געשעמט; מיר האָבן געשעפּט אין דעם אונדזער שאַפֿערישע באַגײַסטערונג. יחיאל שרײַבמאַן פֿלעגט אונדז זאָגן, אַז אַ שרײַבער אַרבעט פֿיר און צוואַנציק שעה אַ מעת־לעת. משה האָט עס פֿאַרשטאַנען אויף זײַן אופֿן: אַ פּאָעט אַרבעט פֿיר און צוואַנציק שעה צו געפֿינען איין מינוט, ווען עס ווערט געבוירן אַ ליד.
חשובֿער רעדאַקטאָר, פֿרײַנד באָריס סאַנדלער. דאָס ליד, "לעוו בערינסקיס וועלטן", האָב איך אָנגעהויבן צו שרײַבן נאָך אין יאָר 2009, ווי אַ מתּנה פֿאַרן דיכטער, צו זײַן ווערן אַ בן־שיבֿעים. נאָר... דו ווייסט דאָך: דער פּאָעט טראַכט און די מוזע לאַכט. צי, ווי עס פֿלעגט זאָגן אַהרן ווערגעליס: אויב דו ווילסט שרײַבן פֿאַר דער אייביקייט, טאָרסטו זיך ניט אײַלן. יעדן פֿאַלס, ערשט די טעג האָט זיך מיר אײַנגעגעבן אויסצופֿילן דאָס, וואָס כ’האָב פֿאַרטראַכט נאָך מער ווי מיט צוויי יאָר צוריק. לייג איך פֿאָר די לייענער פֿון "פֿאָרווערטס" דאָס אָנגעשריבענע ליד, ווי אַ מתּנה פֿאַרן דיכטער און מײַן פֿרײַנד לעוו בערינסקי. אַ מתּמה, וואָס איז ניט פֿאַרבינדן מיט קיין שום יובֿל־דאַטעס, נאָר האָט אַ שײַכות צו ייִדיש, צו דער ייִדישער ליטעראַטור און צום פּאָעט, וועלכער איז ניט צעבאַלעוועט געואָרן מיטן אויפֿמערק צו זיך און צו זײַן שאַפֿן.
לעוו בערינסקיס וועלטן אין דער שטאָט עכּו, וואָס זי איז געגרינדעט אין אַמאָליקן ווײַטן עבֿר וווינט אָפּגעזונדערט לעוו בערינסקי, צי פּשוטער, היימישער — ליאָווע. דאָרט וווּ ער וווינט, אין ליכטיקן הויז, צוויי צימערן זײַנען בשכנות: ווי אַ זאַל איז איין צימער — רחבֿותדיק גרויס, דער צווייטער, אַ שמאָלער, אַ קליינער.
ס׳לײַכט ברוין די זון אין זאַסקעוויצער וואַלד, וווּ ס׳ברענען זאַפֿטיק־רויטע מוכאָמאָרן; וווּ ס׳שפּאַרט מיט פֿוילעניש פֿון יעדן שפּאַלט און ס׳שטינקען קאָרטשעס פֿון פֿאַר טויזנט יאָרן; ווי ס׳קילט די זון און יעדע האָרעדיקע צווײַג איז צוגעפֿראָרן...
דאָס איז אַ סטראָפֿע פֿון משה קולבאַקס ליד "אין אַ יאַדלאָווע וואַלד". קולבאַק איז איינער פֿון די בעסטע נאַטור־באַשרײַבער אין דער ייִדישער פּאָעזיע. זײַנע לידער זענען פֿול מיט די נעמען פֿון כּלערליי פֿלאַנצן, וואָס יעדער ייִד פֿון אַ קליין רײַסיש אָדער ליטוויש שטעטל האָט זיי גוט געקענט. די בוענאָס־אײַרעסער אַרויסגעבער פֿון קולבאַקס אויסגעקליבענע שריפֿטן האָבן באַגלייט דאָס בוך מיט אַ סך פֿוסנאָטן, כּדי צו דערקלערן אַזעלכע ספּעציפֿישע ווערטער, וואָס מע קאָן נישט געפֿינען אין אַ ווערטערבוך און מע מוז זיי אָפּטײַטשן פֿאַר אַן אײַנוווינער פֿון אַ גרויסער מערבֿדיקער שטאָט, וועלכער האָט נישט געהאַט די זכיה צו באַקענען זיך נאָענט מיט דער ווילדער נאַטור. אין דער זאַמלונג ווערט דאָס וואָרט "מוכאָמאָרן" איבערגעזעצט ווי "גיפֿטיקע שוועמלעך". דאָס איז ריכטיק, אָבער אומפּינקטלעך. עס זענען פֿאַראַן אַ סך פֿאַרשיידענע גיפֿטיקע שוועמלעך, נישט בלויז די מוכאָמאָרן, וועלכע הייסן אָפֿיציעל אויף לאַטײַניש "Amanita Muscaria" און זענען באַקאַנט אויף ענגליש "fly agaric".
מערסטע צײַטונגען מיינען, אַז זייערע לייענער האָבן ניט קיין געדולד און ניט קיין אינטערעס צו לייענען באַריכות וועגן גאָר־גאָר לשונות וואָס ווערן איצט פֿון דאָס נײַ געפֿאָרשט. וויפֿל האָבן מערסטע צײַטונגען אונדז דען דערציילט וועגן דעם 21־בענדיקן ווערטערבוך וואָס איז לעצטנס אַרויס פֿון די בבֿלישע און אַסירישע וואַריאַנטן וואָס מען האָט שוין 2,000 יאָר ניט גערעדט און וואָס עס האָט געדויערט 200 יאָר זיי צו דעשיפֿרירן און 90 יאָר זיי צוצוגרייטן צום דרוק? מיר איז דאָס אַלץ גאָר שטאַרק אינטערעסאַנט, און ניט סתּם ווײַל איך בין אַ סאָציאָלינגוויסט, נאָר ווײַל איך בין אַ שטיקל בעל־בטחון אויך. איך גלייב, אַז קיין זאַך וואָס ייִדן שאַפֿן פֿאַר די דורות וועט ניט פֿאַרלוירנגיין און אַז עס וועלן זיך תּמיד באַווײַזן מבֿינים אָט די שאַפֿונגען אָפּצושאַצן און זיי אויסצוטײַטשן און פֿון דאָס נײַ זיי צו באַלעבן, פֿאַרשפּרייטן און פֿאַרפּירסומען. אַקאַדיש דאָס לשון מיט וועלכן דאָס ווערטערבוך גיט זיך אָפּ איז "אַקאַדיש", דאָס לשון אויף וועלכן דער גרויסער מלך סאָרגאַן האָט אָנגעפֿירט מיט דער סאַמע ערשטער וועלט־אימפּעריע, די אַקאַדישע אימפּעריע, מיט אַן ערך 26 הונדערט יאָר פֿאַר דער נײַער צײַטרעכענונג. אויף אָט דעם זעלבן לשון האָט האַמוראַבי פֿאַרפֿעסטיקט דעם ערשטן געזעצן־קאָדעקס מיט אַן ערך 1,900 יאָר פֿאַר דער נײַער צײַטרעכענונג, און דאָס ערשטע ריזיקע ווערק פֿון דער וועלט־ליטעראַטור, דער "עפּאָס פֿון גאַלגאַמעש", איז אָנגעשריבן געוואָרן. אויף אָט דעם לשון האָט נבֿוכדנצר דער צווייטער אויפֿגעבויט די באַרימטע "הענגענדיקע גערטנער פֿון בבֿל". ס’איז געווען די ערשטע וועלטשפּראַך פֿון האַנדל־ און געשעפֿט־פֿירונג בכלל, פֿון באַוואַסערן די ריזיקע מידבריות אין מיטל־מיזרח און פֿון פֿאָרויסזאָגן די צוקונפֿט און דעם רצון פֿון די געטער. ס’איז אַ ניט־פֿאַרבײַטלעך לשון פֿאַר יעדן איינעם וואָס וויל זיך דערגרונטעווען צו די עיקר־יסודות פֿון דער מעסאָפּאָטאַמישער וועלט. אַקאַדיש איז מסתּמא געווען די סאַמע ערשטע שרײַבשפּראַך אויף דער וועלט, אַ "פֿלעקלשריפֿט" דורך וועלכער מען קען עד־היום דערגרייכן צוריק צו די סומערישע כּתבֿים פֿון קנאַפּע 4,000 יאָר צוריק; די כּתבֿים פֿון די סאַמע עלטסטע שטעט און צענטערס פֿון לייענעוודיקייט בײַ די ברעגן פֿון די טײַכן פּרת און חידוקל אין טיילן פֿון דער הײַנטיקער סיריע און איראַק, פֿון די מקומות פֿון וועלכע אונדזער אַבֿרהם אָבֿינו אַליין האָט אויך געשטאַמט.
דערציילונג אַבֿרהם זאַכאַראָוויטש איז געווען דער ערשטער פֿון די שטעטלדיקע ייִדן, וועלכער איז געוואָרן דירעקטאָר פֿון אַ סאָוועטישער אונטערנעמונג. צו ערשט, האָט ער אָנגעפֿירט מיט אַ נייצעך. דערנאָך האָט די ראַיאָנער מאַכט, לויט אַ באַשטימונג פֿון עפּעס אַן אָרדנטלעכן, צי אפֿשר, אַן אויסעראָרדנטלעכן קאָמוניסטישן פּלענום, פֿאַראייניקט די פֿאַרשיידענע צעכן אין איין גרויסן אינדוסטריעלן קאָמבינאַט, אויף רוסיש — פּראָמקאָמבינאַט. אַבֿרהם זאַכאַראָוויטש איז געווען יונג, ענערגיש, געהאַט זיבן קלאַסן בילדונג מאַכט מען אים פֿאַרן דירעקטאָר. די שטעטלדיקע ייִדן האָבן אים גערופֿן "אַוורום" זלמנס. ער איז געבוירן געוואָרן בײַ די רומענער, ווען בעסאַראַביע איז געווען אַ טייל פֿון גרויס־רומעניע. אַבֿרהם זלמנס איז געבוירן געוואָרן אין אַ דאָרף. דערנאָך ציט זיך איבער די משפּחה אין שטעטל. ער האָט זיך געלערנט אי אין אַ חדר, אי אין אַ רומענישער שול. זײַן טאַטע — אַ קצבֿ, פֿלעגט פֿאַרקויפֿן פֿלייש אויפֿן מאַרק. זלמן, איז געווען אַ ספּילטשיווער ייִד. גאָט זאָל היטן צו זאָגן אים אַ שלעכט וואָרט. ער פֿלעגט זיך "אָנצינדן", ווי אַ שוועבעלע, אָנהייבן צו פֿאָכען מיט זײַן האַק אויף רעכטס און אויף לינקס. דורך דער טבֿע זײַנער האָט ער באַקומען אַ צונאָמען: זלמן־פֿאָך. פֿאַרשטייט זיך, אַז קיינעם האָט זײַן פֿאָכען מיט דער האַק, ניט געשאַט, ווײַל פֿאָכען פֿלעגט ער הויך אין דער לופֿטן...
ווען מע שעלט עמעצן אויף ייִדיש, זאָגט מען, דער רוח זאָל אים כאַפּן. עס זענען אָבער פֿאַראַן אַזעלכע מענטשן, וואָס ווילן, פּונקט פֿאַרקערט, אַליין כאַפּן אַ רוח, אינעם סאַמע בוכשטעבלעכן זין פֿונעם וואָרט. אין פֿאַרגלײַך מיט די קלאַסישע ספּיריטיסטן, וועלכע פּרוּוון צו פֿאַרבינדן זיך מיט יענער וועלט דורך הילצערנע "ווידזשי־ברעטער" און איבערגעקערטע פּאָרצעלײַענע טעלערס, האָבן די מאָדערנע רוח־כאַפּערס אויסגעאַרבעט אַ גאַנצע ריי "יענוועלטישע" עלעקטראָנישע מכשירים און אַנדערע טעכנאָלאָגישע המצאות. אויף אַ צאָל וועבזײַטן — צום בײַשפּיל אין דער אינטערנעץ־קראָם http://www.Ghost-Mart.com —ווערן פֿאַרקויפֿט כּלערליי דזשימדזשיקעס פֿאַר "פּאַראַנאָרמאַלע" פֿאָרשונגען, בתוכם ספּעציעלע מכשירים, וואָס מעסטן דעם ניוואָ פֿונעם אַרומיקן עלעקטראָמאַגנעטישן פֿעלד — EMF meters. דאָס איז אַ גאַנץ פֿאַרשפּרייטער מין וויסנשאַפֿטלעכע אויסשטאַטונג, וואָס ווערט ברייט אויסגענוצט אין פֿאַרשיידענע פּראַקטישע געביטן און אַרבעט ווי אַ סענסיטיווע אַנטענע, וואָס נעמט אויף סיגנאַלן פֿון זייער נידעריקער פֿרעקווענץ. וואָס אַן אמת האָב איך דאָס יאָר אַ מיטעלן ייִדיש־קלאַס, וואָלט איך עס געוווּנטשן אויף אַלע ייִדישע לערער איבער דער וועלט. ס׳רובֿ פֿון זיי זײַנען מסוגל צו פֿירן אַ לײַכטן שמועס אויף ייִדיש, און אַז עס פֿעלט זיי אַ וואָרט, זוכן זיי עס אין אוריאל ווײַנרײַכס ווערטערבוך, אָדער איינער העלפֿט דעם אַנדערן אין אַ נויט, מיט היימאַרבעטן וואָס איך פֿאַרגיב, גלוסט זיך מיר אויפֿצוהײַטערן זייער וואָקאַבולאַר און זייער ייִדישן הומאָר און חכמה. האָב איך אַרויסגעגעבן אַזאַ מין שטיקל אַרבעט צו טאָן אין דער היים, ענטפֿערן אויף דער דאָזיקער פֿראַגע: "ווען איר וואָלט געהאַט אַן אויסוואַל, אין וועלכן דור וואָלט איר געוואָלט געבוירן ווערן?" נו, נו! כ׳האָב צו מאָל נישט געחלומט, אַז מ׳וועט מיר דערלאַנגען ענטפֿערס, וועלכע איך האָב זיך אויף זיי גאָרנישט געריכט. די מעשׂה איז אַזאַ, איך האָב אַ בחור, אַ פֿרומען דווקא. אָבער זײַן פֿרומקייט איז אַזוי קונציק, אַז מ׳קען זיך נאָר כאַפּן וווּ ער האַלט ווען ער שרײַבט אָדער האַלט אַ שטיקל מיינונגס־אויסטויש אויף ייִדיש, הייסט עס. איך וועל נישט אָנגעבן זײַן נאָמען, ווײַל ער איז אַ תּושבֿ אין אַ פֿרום קליין שטעטל, פֿירט דאָרט אַן איינזײַטיק לעבן, און ווען ער איז אין קלאַס, וועקן זיך בײַ אים איבער די ספֿקות אין אַלעם געטלעכן. אויף דער פֿראַגע — אין וועלכער תּקופֿה, אָדער דור, ער וואָלט געוואָלט געבוירן ווערן, שרײַבט ער:
דער זעקסטער ליובאַוויטשער רבי, יוסף־יצחק שניאורסאָן, שרײַבט אינעם ערשטן קאַפּיטל פֿון זײַנע זכרונות: "שוין אַרום דער אַנטשטייוּנג פֿון ליובאַוויטש אין דער גאָר ווײַטער פֿאַרגאַנגענהייט, פֿיגורירט אַ מערקווירדיקע ייִדישע פּערזענלעכקייט, וועמעס אָנדענק אין ניט פֿאַרגעסן געוואָרן אין משך פֿון דורות ביז צו אונדזער אייגענער צײַט. רב מאיר איז געווען זײַן נאָמען. ער האָט געהערט צו יענע צדיקים, וואָס האָבן געוואָלט לעבן נאָר מיט דער פּראַצע פֿון זייערע אייגענע הענט. ניט וועלנדיק בלײַבן אין זײַן אַלטער היים און בכלל וועלנדיק לייגן אַ נײַעם יסוד פֿאַר זײַן עקזיסטענץ און דער עקזיסטענץ פֿון אַנדערע ייִדן, האָט ער מיט דרײַ אַנדערע משפּחות אויסגעוואַנדערט פֿון זייער שטאָט אָדער שטעטל, און אַוועק זוכן ערגעץ אַ פֿאַרוואָרפֿן ווינקל, וווּ זיך צו באַזעצן אויפֿן לאַנד און פֿון דער אייגענער אַרבעט זיך מפֿרנס צו זײַן. קענטיק, אַז רב מאיר האָט שוין געהאַט געחלומט פֿון שאַפֿן אַ ייִדישע קאָלאָניע — אַ געדאַנק, וואָס איז שפּעטער פֿון די ליובאַוויטשער רביים אויפֿגענומען און דערפֿירט געוואָרן צו גאַנץ פּראַקטישע רעזולטאַטן. וואָרעם, ווי די מעשׂיות, וואָס ווערן דערציילט, האָט דער דאָזיקער רב מאיר זיך טאַקע פֿאַרנומען צו בויען אַ קאָלאָניע דאָרט, וווּ ליובאַוויטש געפֿינט זיך. אַרומגערינגלט מיט וואַלד, און בײַ די ברעגעס פֿון אַ טײַך, איז דער באָדן געווען געוווּנטשן פֿאַר אַ קאָלאָניע. האָבן זיך רב מאיר און די משפּחות, וואָס האָבן אים נאָכגעפֿאָלגט, זיך גענומען צו דער אַרבעט. מע האָט געהאַקט ביימער אין וואַלד און געבויט מיט זיי הײַזער. |
Search |































קהילה־לעבן