הומאָר

דערציילונג

אַבֿרהם זאַכאַראָוויטש איז געווען דער ערשטער פֿון די שטעטלדיקע ייִדן, וועלכער איז געוואָרן דירעקטאָר פֿון אַ סאָוועטישער אונטערנעמונג. צו ערשט, האָט ער אָנגעפֿירט מיט אַ נייצעך. דערנאָך האָט די ראַיאָנער מאַכט, לויט אַ באַשטימונג פֿון עפּעס אַן אָרדנטלעכן, צי אפֿשר, אַן אויסעראָרדנטלעכן קאָמוניסטישן פּלענום, פֿאַראייניקט די פֿאַרשיידענע צעכן אין איין גרויסן אינדוסטריעלן קאָמבינאַט, אויף רוסיש — פּראָמקאָמבינאַט. אַבֿרהם זאַכאַראָוויטש איז געווען יונג, ענערגיש, געהאַט זיבן קלאַסן בילדונג מאַכט מען אים פֿאַרן דירעקטאָר.

די שטעטלדיקע ייִדן האָבן אים גערופֿן "אַוורום" זלמנס. ער איז געבוירן געוואָרן בײַ די רומענער, ווען בעסאַראַביע איז געווען אַ טייל פֿון גרויס־רומעניע. אַבֿרהם זלמנס איז געבוירן געוואָרן אין אַ דאָרף. דערנאָך ציט זיך איבער די משפּחה אין שטעטל. ער האָט זיך געלערנט אי אין אַ חדר, אי אין אַ רומענישער שול. זײַן טאַטע — אַ קצבֿ, פֿלעגט פֿאַרקויפֿן פֿלייש אויפֿן מאַרק. זלמן, איז געווען אַ ספּילטשיווער ייִד. גאָט זאָל היטן צו זאָגן אים אַ שלעכט וואָרט. ער פֿלעגט זיך "אָנצינדן", ווי אַ שוועבעלע, אָנהייבן צו פֿאָכען מיט זײַן האַק אויף רעכטס און אויף לינקס. דורך דער טבֿע זײַנער האָט ער באַקומען אַ צונאָמען: זלמן־פֿאָך. פֿאַרשטייט זיך, אַז קיינעם האָט זײַן פֿאָכען מיט דער האַק, ניט געשאַט, ווײַל פֿאָכען פֿלעגט ער הויך אין דער לופֿטן...

פּובליציסטיק, הומאָר
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

כ׳ווייס נישט צי כ׳האָב אײַך שוין אַ מאָל דערציילט אַז בײַ פֿרומע ייִדן איז אַ גט, אַ פּגם, אַ פּליאַמע, אַ פֿלעק אויפֿן ייִחוס פֿון דער משפּחה. דעריבער, איידער אַ בחור און אַ מיידל מיט די מחותּנים בתוכם, נעמען די זאַך ערנסט, לאָזט מען זיך אַרויס, ווי די דעטעקטיוון אויסצופֿאָרשן דעם ענין, צי ס׳איז נישטאָ חס־וחלילה קיין גט אין דער פֿאַמיליע. אויב יאָ, איז אויס שידוך. בײַ די וועלטלעכע ייִדן איז אַ גט קיין מניעה נישט. ווער גט זיך הײַנט נישט?

ייִדיש־וועלט, הומאָר
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מיר ייִדן האָבן אַמאָל פֿאַרמאָגט אַ זעל­טענעם חוש פֿאַר הומאָר, סאַטירע, חוזק, שפּאָט, איראָניע, לצנות און סתּם הלצה, און אַלץ אויף ייִדיש. נישט גענוג וואָס מיר האָבן געטריבן קאַטאָוועס פֿון אייגע­נע און פֿון פֿרעמדע, האָבן מיר אויך קאַ­טע­גאָ­ריזירט אונדזער קאַריקאַטור, פֿאַר­שריבן און פֿאַרחתמעט יעדעס געשעע­ניש, יעדעס שטיקל נײַעסל, יעדעס בליצל וואָס האָט אַדורכגעאַקערט דעם ייִדישן מוח. אַלץ האָט זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ פֿאָלקס־אַפֿאָריזם.

הומאָר
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ס'איז געקומען פּורים. ער קלאַפּט אָן אין טיר. וועגן פּורים האָט מען אַמאָל געזאָגט:

מיר זײַנען אַלע פּורים־שפּילער,
ווײַל הײַנט איז נעכטן —
און מאָרגן איז אויס.
שענקט אונדז אַ חלום,
און וואַרפֿט אונדז אַרויס:
"מיר זײַנען אַלע פּורים־שפּילער".

מיינט צו זאָגן, אַז מיר זײַנען אַלע לצים, אפֿשר קעגן אייגענעם ווילן. אָבער פֿאָרט פֿירן מיר אויס די ראָלעס פֿון קאָמישע לצים און טראַגישע פֿיגורן. דער עיקר, מ'איז אין אַ געווירבל.

הומאָר
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

האָט איר זיך אַ מאָל אַרומגעקוקט און באַמערקט די מענטשן וואָס דרייען זיך אַרום אײַך? אין אײַער וועלטל, הייסט עס. וואָס פֿאַר אַן אײַנדרוק מאַכן זיי אויף אײַך? אַרום מיר האָבן זיך דורך די יאָרן אַרומגעדרייט אַ טוץ טויטע נשמות. מײַן מאַמע פֿלעגט אָפּשאַצן אַ טויטע נשמה אַזוי:

הומאָר
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

איך קען מענטשן וואָס לויפֿן קויפֿן אַ ייִדישע אָדער ענגלישע צײַטונג בלויז אַ קוק צו טאָן ווער ס'איז געשטאָרבן. בײַם לייענען די נעקראָלאָגן טראַכטן זיי בײַ זיך, געלויבט צו גאָט אַז איך לעב נאָך. גיי ווייס, יענער איז דאָך גאָר געווען אַ יונגערמאַנטשיק אַנטקעגן מיר. אַ בייזער גורל פֿון אַ מענטשן. הײַנט צו טאָג שטאַרבט נישט אַבי ווער. גאַנץ אָנגעזעענע פּאַרשוינען און פּאַרשוינטעס שטאַרבן, אַפֿילו אַ קליין מענטשעלע, וואָס קיינער האָט פֿון אים קיין מאָל נישט געהערט, שטאַרבט אויך. אָט נעמט למשל פֿײַוול־פּיניע אייבערמאַנטל. ער האָט אויך אויסגעצויגן די קאָפּעטעס און אַוועק אַהין פֿון וואַנען קיין בריוועלע איז נאָך נישט אָנגעקומען. וואָלסטו דאָס געגלייבט. אַזאַ חבֿרה שטאַרבערס.