טשיקאַװעס, װיסנשאַפֿט

פֿונעם 19טן ביזן 22 אָקטאָבער איז אינעם אַמעריקאַנער שטעטל פֿאַרמינגטאָן, שטאַט יוטאַ, דורכגעפֿירט געוואָרן דער דרי­טער יערלעכער קאָנקורס פֿון "קאָסמישע ליפֿטן". די באַטייליקטע אינעם פֿאַרמעסט האָבן געדאַרפֿט דעמאָנסטרירן אַ מכשיר, וואָס קאָן דערגרייכן די הייך פֿון 400 פֿוס ווייני­קער ווי אין איין מינוט, אַרויפֿקריכנדיק אויף אַ ווערטיקאַלן טראָס, וואָס וועגט נישט מער ווי 2 גראַם, אָן קיין אינערלעכן ענער­גיע-קוואַל.

טשיקאַװעס
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אויב איר מיינט אַז איך טרײַב כּתּבֿות, מוז איך זיך גלײַך, אויפֿן אָרט מודה זײַן, אַז איך פּראַווע נישט קיין לצנות און אַז איך בין טויט־ערנסט. אויף מײַן ערנוואָרט, ווי איך בין אַ ייִדענע. נישט נאָר האָב איך געהערט, נאָר איך בין שוין אַרויפֿגעפֿאָרן אויפֿן זיבעצנטן שטאָק פֿון אַ ריזן געבײַדע אין נתניה, מיט אַ "שבת־עלעווייטאָר". דער ליפֿט האָט זיך אָפּגעשטעלט אויף יעדן שטאָק באַזונדער, און די שומרי־שבת־ייִדן זײַנען אויסגעשטיגן.

טשיקאַװעס
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דער שרײַבער פֿונעם אַרטיקל אין אַ "סקאַ­דינאַווישער ווילדעניש"

איך ווייס ניט, צי ס׳איז פֿאַראַן אַן "אָפֿיציעלע" דעפֿיניציע פֿון קליין-שטעטל­דיקייט. אויף וויפֿל איך ווייס, האַלט מען עס פֿאַר פּראָווינציעלקייט, אינטעלעקטועלער באַגרענעצטקייט און אַנדערע זאַכן פֿון אַזאַ סאָרט. איך, אָבער, האָב מײַן אייגענעם באַגריף פֿון קליין-שטעטלדיקייט: בײַ מיר ווערט עס אַסאָציִיִרט מיט כראָנישער ניט-צופֿרידנקייט — ווען יעדער דורכגעמאַכטער טראָט און יעדער דורכגעלעבטער טאָג איז פֿאַרבונדן שיִער ניט מיט העלדישקייט.

טשיקאַװעס
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון יואל מאַטוועיעוו
אַטאַנאַסיוס קירטשערס מאַפּע פֿון אַטלאַנטיס, 17טער יאָרהונדערט

אין די ווערק פֿון אַ סך שרײַבער און קינאָ־רעזשיסאָרן פֿיגורירן אויסגעטראַכטע הײַזער, גאַסן, דערפֿלעך און שטעט, ווי אויך גאַנצע פּלאַנעטן און וועלטן, וואָס זייער געשיכטע, געאָגראַפֿיע און לעבנס־שטייגער זענען אַזוי פּרטימדיק באַשריבן, אַז עס דאַכט זיך, אַז די דאָזיקע ערטער עקזיסטירן אַפֿילו מער רעאַל, ווי די עכטע שטעט און לענדער. אין אייניקע פֿאַלן, ווערט די געשיכטע פֿון געוויסע אויסגעטראַכטע פּלעצער און פּערסאָנאַזשן מער ערנסט און פּרטימדיק געפֿאָרשט און באַשריבן, ווי ס׳רובֿ רעאַלע ערטער.

פּובליציסטיק, טשיקאַװעס
פֿון ג. יעקבֿי (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַן אַרבעטאָרין נייט אַן אַמעריקאַנער פֿאָן אין דער פֿאַבריק

מײַן טאַטע ע״ה איז געווען דער הויפּט-לערער אין אַ שול אין דער אוקראַיִנישער שטאָט, וווּ איך בין אויסגעוואַקסן. איין מאָל איז ער געקומען און האָט דערציילט, אַז דער פֿאַרוואַלטער פֿון דער שול-באַ­לעבאַטישקייט — אַ וווילער, ווייניק-גע­בילדעטער אוקראַיִנער — האָט באַשלאָסן אויפֿצוהענגען אין אַלע קלאַס-צימערן נאָר איין פּאָרטרעט — פֿון לענינען.

טשיקאַװעס
אַ טעלער מיט אַ דײַטשמערישער אויפֿשריפֿט, פּובליקירט אין "ru_yiddish"

די וועבזײַט livejournal.com, "דער לעבעדיקער זשורנאַל", איז אַ ריזי­קער ווירטועלער "אוניווערס", וווּ איבער 12 מיליאָנען מענטשן שאַפֿן בלאָגן, עלעק­טראָנישע זשורנאַלן, טאָג־ביכער און סתּם שמועסן מיט אַנדערע. אַחוץ די פּערזענלעכע זײַטלעך, זענען דאָרטן אויך פֿאַראַן אַזוי־גערופֿענע "קהילות", וווּ עס פֿאַרזאַמלען זיך גאַנצע גרופּעס "אײַנוווינער" פֿונעם "לעבעדיקן זשורנאַל", לויט זייערע ספּע­ציפֿישע אינטערעסן.

געשיכטע, טשיקאַװעס, װיסנשאַפֿט

אַ סאָוועטישע פּאָסט־מאַרקע לכּבֿוד דעם 1200טן יאָרטאָג פֿון מאָכאַמעד אַל־כאָרעזמי

דאָס אומבאַקאַנטע ייִדישע וואָרט — "אַלגאָריזם"

מײַנע אַ גוטע באַקאַנטע, אַ פּראָפֿעסאָרין פֿון מאַטעמאַטיק אין אַ פֿראַנצויזישן אוני­ווערסיטעט, האָט מיר נישט לאַנג צוריק אָנגעוויזן, אַז אינעם "גרויסן ווערטערבוך פֿון דער ייִדישער שפּראַך", אונטער דער רע­דאַקציע פֿון יודאַ יאָפֿע און יודל מאַרק, פֿעלט כּמעט אינגאַנצן אויס די מאַ­טע­מאַטי­שע טערמינאָלאָגיע. אין פֿאַר­גלײַך מיט כעמיע, פֿיזיק, געאָלאָגיע, באָטאַ­ניק און אַ צאָל אַנדערע געביטן פֿון וויסנשאַפֿט.