User login |
סוף אויגוסט, זענען אָנגערופֿן געוואָרן די נעמען פֿון די הײַאָריקע פֿילדס־לאַורעאַטן. דער "פֿילדס־מעדאַל" איז די העכסטע פּרעמיע אין מאַטעמאַטיק, וואָס ווערט צעטיילט איין מאָל אין פֿיר יאָר. דאָס יאָר, האָבן עס באַקומען דער וויעטנאַמיש־פֿראַנצייזישער געלערנטער נגאָ באַאָ טשאַו, פֿאַר זײַנע רעזולטאַטן אין אַלגעבראַיִשער געאָמעטריע; אַ רוסלענדיש־שווייצערישער מאַטעמאַטיקער סטאַניסלאַוו סמירנאָוו, פֿאַר זײַנע ווערק אין סטאַטיסטישער פֿיזיק;
די קאָמפּיוטער־שפּילערײַען זענען הײַנט ברייט פֿאַרשפּרייט אין דער וועלט, און זענען פּאָפּולער צווישן קינדער און דערוואַקסענע. גענוג מענטשן פּטרן אויף זיי אַ גרויסן טייל פֿון זייער צײַט און ענערגיע. אין עקסטרעמע פֿאַלן, ווערן די סאַמע פֿאַרביסענע "גיימערס" אַזוי שטאַרק אַרײַנגעצויגן אין דער שפּיל און צוגעבונדן צו דעם קאָמפּיוטער, אַז זיי פֿאַרגעסן וועגן אַרבעט און דעם פּערזענלעכן לעבן. אַזאַ "ווירטועלע נאַרקאָמאַניע" קאָן ברענגען צו אַ גט און אַרבעטלאָזיקייט.
מיט עטלעכע חדשים צוריק, האָט די אַמעריקאַנער קאָסמאָס־אַגענטור, "נאַסאַ", אַנטדעקט אַ "מערקווירדיקן סכום וואַסער" אויף דער לבֿנה. דעם 9טן אָקטאָבער, האָט אַ ספּעציעלער סאַטעליט, מיטן נאָמען "LCROSS", אַרײַנגעוואָרפֿן זײַן אויסגענוצט ליידיקן ראַקעט־מאָטאָר אינעם קראַטער קאַבעוס, וואָס געפֿינט זיך בערך אַרום 62 מײַל פֿונעם צפֿונדיקן לבֿנה־פּאָלוס. זײַענדיק אַראָפּגעוואָרפֿן פֿון דער אָרביטע אין דער וואַקוּוּם־סבֿיבֿה, וווּ ס׳איז נישטאָ קיין לופֿט, וואָס וואָלט פֿאַרזאַמט דאָס פֿאַלן, האָט דער מאַסיווער מעטאַלענער אָביעקט געדינט ווי אַ באָמבע. די היסטאָריקער האָבן פֿאַרצייכנט אַז ס׳איז געווען אַ קאַלטער, רעגנדיקער טאָג (דער 14טער פֿעברואַר, אינעם יאָר 842, ניט לאַנג נאָכן טויט פֿון "קאַרל דעם גרויסן", וואָס אויף ענגליש איז ער באַקאַנט ווי Charlemagne), ווען צוויי פֿון די דרײַ זין זײַנע זענען זיך צונויפֿגעקומען אין דער עלזאַסער שטאָט סטראַסבורג, און האָבן איינער פֿאַרן אַנדערן אָפּגעגעבן שבֿועות, אַרויסגערעדט הויך און קלאָר כּדי זייערע טרופּן זאָלן גוט הערן און פֿאַרשטיין דאָס געזאָגטע. איינער פֿון זיי (לויִ — Louis), האָט גערעדט אויף אַ ראָמאַניש לשון פֿון וועלכן ס׳איז לסוף אויסגעוואַקסן דאָס הײַנטיקע פֿראַנצויזיש.
אַ טייל מענטשן ווערט פֿאַרחידושט, ווען מע ווײַזט זיי אַ קאָמפּיוטער־סיסטעם, וואָס האָט ערשט געפּראַוועט איר 40סטן יוביליי און ווערט גאַנץ אָפֿיציעל פֿאַרשפּרייט פּרינציפּיעל אומזיסט, און אַז דווקא צוליב דעם, וואָס מע נוצט אויס אומזיסטע פּראָגראַמען מיט לאַנגע היסטאָרישע שרשים, אַרבעטן זיי אַ סך גיכער און בעסער. די בכּבֿודיקע 40־יעריקע קאָמפּיוטער־סיסטעם הייסט "Unix"; זי איז דאָס "פֿלייש און בלוט" פֿון דער אינטערנעץ און דאָס וויגעלע פֿון די מאָדערנע קאָמפּיוטער־נעצן און אַנדערע טעכנאָלאָגיעס,
מיט צוויי יאָר צוריק, האָט וויליאַם בײַערס, אַ קאַנאַדישער פּראָפֿעסאָר, פּובליקירט דאָס בוך "ווי אַזוי די מאַטעמאַטיקער טראַכטן", וואָס לייקנט אָפּ דעם פֿאַרשפּרייטן סטערעאָטיפּ, אַז מאַטעמאַטיק איז, כּלומרשט, אַ טרוקענע וויסנשאַפֿט, באַגרינדעט בלויז אויף שטרענגער לאָגיק און קאַלטן שׂכל. דער מחבר באַטאָנט, אַז, פּונקט פֿאַרקערט, אינעם יסוד פֿון דער דאָזיקער חכמה ליגן סתּירות, פּאַראַדאָקסן און צוויידײַטיקייט. די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט דער נאָבעל־קאָמיטעט אָנגערופֿן די הײַיאָריקע פּרעמיע־לאַוראַעטן אין וויסנשאַפֿט. דעם נאָבעל־פּריז פֿאַר די וויכטיקסטע דערגרייכונגען אין פֿיזיאָלאָגיע און מעדיצין האָבן באַקומען, בשותּפֿות: עליזאַבעט בלעקבערן, אַן אויסטראַליש־געבוירענע אַמעריקאַנער ביאָלאָגישע פֿאָרשערין פֿונעם סאַן־פֿראַנציסקער אוניווערסיטעט; אַזוי ווי בײַ אונדז אינעם "פֿאָרווערטסקרײַז" זענען קיין גרעסערע פּראָבלעמען פֿון ייִדיש ניט פֿאַראַן, און היות ווי בײַ אונדז אַליין גייט ייִדיש בדרך־כּלל "מיט דער פּוטער אַרויף" איז בײַ אונדז געוואָרן אַ מין צײַטפֿאַרטרײַב זיך צו טשעפּען צום אַ"ג "חסידישן ייִדיש". משמעות, אַז אויב בײַ זיי איז שלעכט ווערט דערפֿון אַליין בײַ אונדז אַ ביסעלע בעסער! איז אָבער די אמתע מעשׂה גאָר אַן אַנדערע: זייער ייִדיש איז גאָר ניט אַזוי שלעכט (לכל־הפּחות, ניט דער געדרוקטער) און טאָמער יאָ, אין דער “ניו־יאָרק טײַמס" פֿון 29סטן מײַ איז פֿאַראַן אַן אינטערעסאַנט אַרטיקעלע, געשריבן פֿון איינעם, ניקאָלאַס ווייב, וווּ ער דערציילט אונדז וועגן אַן עקספּערימענט וואָס מען פֿירט אַדורך אין דײַטשלאַנד שוין פֿון יאָרן. זעט אויס, אַז דאָרטן רוכעוועט זיך מיט מענטשלעכע, גענעטישע סודות. דאָס מאָל ווילן זיי דווקא דערגיין דעם סוד פֿון אונדזערע פֿעיִקייטן צו שפּראַך. דאָס גענעטישע אויסגעפֿינס איז באַצייכנט געוואָרן מיטן יום־טובֿדיקן נאָמען “פֿאַקס פּ־2."
נישט איין מאָל טרעפֿט זיך שוין אָן דער מחבר פֿון די שורות אויף מענטשן, צומאָל גאַנץ געבילדעטע, וואָס גלייבן, אַז "ייִדיש האָט נישט קיין גראַמער" — כּלומרשט, ס׳איז אַ שפּראַך אָן כּללים, ווײַל ס׳רובֿ הײַנטיקע ייִדיש־רעדער לערנען ניט די גראַמאַטיק אין דער שול. אין דער אמתן, האָט גראַמאַטיק, לויטן הײַנטצײַטיקן באַדײַט פֿונעם וואָרט, ווייניק צו טאָן מיט די לערנביכער.
די מאָדערנע תּקופֿה אויב מע בעט עמעצן אָנצורופֿן די סאַמע באַקאַנטע ייִדישע וויסנשאַפֿטלער, וועלן ס׳רובֿ אויסגעפֿרעגטע, מסתּמא, דערמאָנען בלויז אַ צאָל פּערזענלעכקייטן פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט: אַלבערט אײַנשטיין, זיגמונד פֿרויד, לעוו לאַנדאַו, נילס באָר. די, וואָס קענען די ייִדישע געשיכטע, וואָלטן אויך דערמאָנט די גרויסע מיטל־עלטערישע אַסטראָנאָמען, מאַטעמאַטיקער און דאָקטוירים, אַזעלכע ווי רבי אַבֿרהם אבֿן־עזרא און דער רמב״ם.
מיט 200 יאָר צוריק איז אין שרוסבערי, גראַפֿנשאַפֿט שראָפּשיר, געבוירן געוואָרן טשאַרלז דאַרווין — דער געניאַלער וויסנשאַפֿטלער, וואָס זײַן טעאָריע האָט שטאַרק געווירקט נישט בלויז אויף פֿאַרשיידענע געביטן פֿון וויסנשאַפֿט, נאָר אויך אויף דער אַנטוויקלונג פֿון פֿילאָסאָפֿישע, סאָציאַלע און רעליגיעזע דעות פֿון אונדזער תּקופֿה. בלויז אַ געציילטע צאָל וויסנשאַפֿטלער אין דער געשיכטע האָבן אַרויסגערופֿן אַ "פּאַראַדיגמע־בײַט" פֿון אַזאַ פֿאַרנעם. |
Search |




























קהילה־לעבן