User loginSearch |
מאַרעק עדעלמאַן: 1919—2009 געשטאָרבן דער לעצטער קאָמאַנדיר פֿון וואַרשעווער געטאָ "אין פּרינציפּ איז דאָס וויכטיקסטע — דאָס לעבן. און ווען עס איז שוין פֿאַראַן דאָס לעבן, איז דאָס וויכטיקסטע די פֿרײַהייט. און דערנאָך גיט מען אַוועק דאָס לעבן פֿאַר דער פֿרײַהייט. דעמאָלט ווייסט מען שוין נישט וואָס איז וויכטיקער".
(צו די שלושים נאָך דער פּטירה פֿון יוסף בורג) געשטאָרבן איז ער אין עלטער פֿון איבער 97 יאָר, נאָר קיין שפּעטצײַטיקער טויט איז ניטאָ. אַזוינס איז ניט צום אויסריידן. געשען איז עס נאָך אַ לאַנגדויערנדיקער קרענק, דעם 10טן אויגוסט 2009, אין דער אַמאָל ייִדיש־ייִדישער שטאָט טשערנאָוויץ. פֿאַר מיר איז די טרויעריקע ידיעה געווען ניט אומגעריכט און דאָך, האָט זי אַ קלאַפּ געטאָן מיט גרויס צער און ווייטיק. אונדזער בידנע ליטעראַטור האָט געליטן אַ שווערן פֿאַרלוסט, וואָס איז ניט צום פֿאַרריכטן.
דער הונדערט־יעריקער יובֿל פֿון ישעיהו בערלין (1909—1998) איז אָפּגעמערקט געוואָרן דורך צוויי וואָגיקע פּובליקאַציעס. איין באַנד נעמט אַרײַן זכרונות וועגן דעם באַרימטן ענגליש־רוסיש־ייִדישן דענקער און שרײַבער, דאָס אַנדערע בוך איז ממשיך די פּובליקאַציע פֿון בערלינס בריוו און איז כּולל זײַן אַרומנעמיקער קאָרעספּאָנדענץ פֿאַר די יאָרן 1946 ביז 1960. אין דער אמתן, ווי עס דערקלערט דער רעדאַקטאָר פֿונעם באַנד און דער גרעסטער מומחה אויף בערלינס ירושה, הענרי האַרדי, איז דאָס בלויז אַ פֿערטל פֿון אַלע בריוו, וואָס בערלין האָט אָנגעשריבן אין משך פֿון יענע פֿופֿצן יאָר.
דער שווייצער פּסיכאָלאָג און שרײַבער פּאַול פּאַרין (1916—2009), וואָס איז געשטאָרבן אין ציריך דעם 18טן מײַ, האָט געהערט צו דעם לעצטן דור פֿון אייראָפּעיִשע ייִדן, וואָס זײַנען געבוירן געוואָרן נאָך אין דער האַבסבורגער אימפּעריע. זײַן משפּחה איז געווען ניט קיין טיפּיש ייִדישע׃ זײַן פֿאָטער האָט פֿאַרמאָגט אַ גרויסן מאַיאָנטעק מיט אַ שלאָס אין סלאָוועניע, וווּ מען האָט געלעבט אויף אַן אַריסטאָקראַטישן שטייגער אַפֿילו נאָך דעם ווי די אימפּעריע איז זיך צעפֿאַלן. די קינדער האָבן באַקומען אַ פּריוואַטע בילדונג אין דער היים, געשפּילט טעניס און געפֿאָרן אויף פּאָניס.
אין יאָר 1940 האָט זיך אין מאָסקווע, אין צענטראַל־קאָמיטעט פֿון קאָמיוג באַוויזן אַ 21־יאָריקער זשורנאַליסט פֿון קאָוונע, אַהרון גאַראָן. ער איז געקומען צו פֿאָרן מיט אַן אומגעוויינלעכן ציל: דערוויסן זיך בײַ די סאָוועטישע חבֿרים, ווי צו אָרגאַניזירן אין דער שוין פֿאַראייניקטער מיטן ראַטן־פֿאַרבאַנד ליטע אַ יוגנט־זשורנאַל אין ייִדיש. אין די לעצטע יאָרן פֿאַר דעם שמועס זײַנען געשלאָסן געוואָרן ס'רובֿ ייִדישע פּעריאָדישע אויסגאַבעס אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, זײַנען אומגעבראַכט געוואָרן די באַליבטע פּאָעטן משה קולבאַק און איזי כאַריק און פֿיל אַנדערע...
די וואָך, לכּבֿוד דעם יאָרצײַט פֿון מײַן טאַטן, ד״ר מרדכי שעכטער ז״ל, האָב איך זיך דערמאָנט אין אַ מעשׂה, וואָס ער פֿלעג אונדז דערציילן וועגן זײַן זיידן פֿונעם טאַטנס צד, דעם שוחט, ר׳ איציע־מרדכי, וועלכער איז געווען אַ גרויסער תּלמיד־חכם און אויך געהאַט סמיכה אויף רבנות. בײַ די קצבֿים פֿונעם שטעטל איז ר׳ איציע־מרדכי נישט געווען באַזונדערס באַליבט, ווײַל יעדעס מאָל, וואָס ער פֿלעג פּסקענען אַ בהמה פֿאַר טריף, האָט מען זי געמעגט פֿאַרקויפֿן נאָר צו אַ גוי, און במילא ממשותדיק אַראָפּלאָזן דעם פּרײַז.
נחום־נתניאל זאַלאָוויץ, אַ "פֿאָרווערטס"־מיטאַרבעטער במשך פֿון 50 יאָר, האָט צווישן אַנדערע, געשריבן וועגן אַמעריקאַנער טעלעוויזיע־פּראָגראַמען פֿאַר די לייענער פֿון דער צײַטונג. נ. זאַלאָוויץ איז געבוירן געוואָרן אין ביאַליסטאָק אין 1892 און געשטאָרבן אין 1971. ייִנגלווײַז איז ער געקומען צו דער איסט־סײַד. זײַן זשורנאַליסטישע קאַריערע האָט ער אָנגעהויבן בײַם "מאָרגן־זשורנאַל", אָבער שפּעטער איז ער אַריבער אַרבעטן אויף אַ פֿולער שטעלע אין "פֿאָרווערטס".
די אַנטוויקלונג פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור אין דער ערשטער העלפֿט פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט איז געווען פֿעסט פֿאַרבונדן מיט די לינקע באַוועגונגען — בפֿרט מיט דער מעכטיקער ייִדישער סאָציאָל-דעמאָקראַטישער פּאַרטיי, "בונד", ווי אויך מיט די סאָוועטישע און מערבֿדיקע קאָמוניסטן. הגם די בונדיסטן און קאָמוניסטן זענען טאַקע געווען די גרעסטע און מעכטיקסטע ייִדישע פּראָגרעסיווע באַוועגונגען,
פֿאַרלאָפֿן האָט זיך די געשיכטע קוים אַ יאָר נאָך מײַן חתונה. דער טעלעפֿאָן האָט געקלונגען און אויף דער אַנדערער זײַט האָט זיך געהערט אַ יונגע און איידעלע מענער־שטימע. ער האָט מיר צו וויסן געטאָן, אַז ער הייסט לעאָ שטיינבערג און געוואָלט וויסן, צי איך שרײַב אויף אַ ייִדישער שרײַב־מאַשינקע. ווען איך האָב אים פֿאַרזיכערט אַז יאָ, האָט ער פֿרײַער אָפּגעאָטעמט און ווײַטער געצויגן דעם שמועס. ער האָט גערעדט אויף ייִדיש, וואָס אין יענער צײַט איז עס נישט געווען קיין אויסנאַם.
דעם 27סטן יאַנואַר האָט זיך אָפּגעשיידט פֿון לעבן דער דיכטער אַלכּסנדר בעלאָוסאָוו, אַ יחיד־במינו אין דער הײַנטצײַטיקער ייִדישער ליטעראַטור. ער איז געבוירן געוואָרן אין קויבישעוו (הײַנט סאַמאַרע) אין 1948 אין אַ רוסיש־פּראַוואָסלאַוונער משפּחה און זײַן וועג צו ייִדן און ייִדישער ליטעראַטור איז ממש אומגלויבלעך. ווי ער דערציילט, זײַנען זײַנע יוגנט־חבֿרים אין גאַס און אויפֿן קויבישעווער פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט, וווּ ער האָט שטודירט, געווען ס׳רובֿ ייִדן און זײַנע ערשטע ייִדיש־לערער — ייִדישע פּליטים פֿון פּוילן און ליטע, וואָס האָבן אין די מלחמה־יאָרן געפֿונען אַ מקום־מיקלט אין קויבישעוו.
צווישן אַ סך אינטערעסאַנטע ליטעראַרישע און היסטאָרישע פּובליקאַציעס אין דער לעצטער רוסישער פּעריִאָדיק וואַרפֿן זיך אין די אויגן די אויטאָביאָגראַפֿישע נאָטיצן פֿון אַהרן שטיינבערגס פּריוואַטן אַרכיוו, וואָס געפֿינט זיך אינעם צענטראַלן אַרכיוו פֿונעם ייִדישן פֿאָלק אין ירושלים. די דאָזיקע פּובליקאַציעס ווערן צוגעגרייט צום דרוק דורך דער פֿאָרשערין פֿון דער רוסיש־ייִדישער קולטור נעלי פּאָרטנאָוואַ. זיי נעמען אַרײַן שטיינבערגס אינטימע קאָרעספּאָנדענץ, זכרונות, פֿראַגמענטן פֿון זײַנע טאָגביכער.
|
|


























קהילה־לעבן