User loginSearch |
ס'איז האַלבטאָג. די זון ברענט אויף ניט אויסצוהאַלטן. מענטשן, וואָס וווינען אין לאַנד פֿופֿציק יאָר און מער דערציילן, אַז אַזאַ הייסער זומער געדענקט זיך זיי ניט. און טאַקע, דער פֿרילינג איז נאָך ניט פֿאַרבײַ און אין ירושלים, אין שאָטן, האָט דער טערמאָמעטער באַוויזן +340, און אין דער וווּנדערלעכער קוראָרט־שטאָט אילת — +440. דאָס מאָל האָבן אונדזערע סינאָפּטיקער פֿאַרפֿריִער געוואָרנט, אַז דער וועטער וועט זײַן אַ הייסער, אַ טרוקענער און אַפֿילו דערקלערט, אַז אַזאַ "מכּה" שיקט אונדז ניט אַבי ווער, נאָר די מיטעלע טראָפּאָספֿער, וואָס געפֿינט זיך 5—6 קילאָמעטער העכער פֿון אונדז.
בײַ דעם לעצטן אינטערנאַציאָנאַלן פֿילם־פֿעסטיוואַל, וואָס איז פֿאָרגעקומען מיט עטלעכע חדשים צוריק אין קאַן, פֿראַנקרײַך, איז באַקאַנט געוואָרן, אַז אין האָליוווּד ווערט פּראָדוצירט אַ מאָנומענטאַלער פֿילם וועגן דעם באַוווּסטן פּאַרטיזאַנער־אָטריאַד, אונטער דער אָנפֿירונג פֿון די העלדישע דרײַ ברידער ביעלסקי, וואָס האָט אַרײַנגעשריבן אַ וויכטיק קאַפּיטל אין דער געשיכטע פֿון דער ווידערשטאַנד־באַוועגונג קעגן די דײַטשע רוצחים און זייערע קריסטלעכע אַרויסהעלפֿער.
דער וואַרשעווער אויפֿשטאַנד (נישט פּלאָנטערן מיטן אויפֿשטאַנד פֿון וואַרשעווער געטאָ!) געהערט צו די טראַגישסטע און סודותפֿולסטע קאַפּיטלען אין דער געשיכטע פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה. דער אויפֿשטאַנד האָט זיך אָנגעהויבן דעם 1טן אויגוסט 1944 און זיך פֿאַרענדיקט דעם 2טן אָקטאָבער. לויט די לעצטע ידיעות, זײַנען אין די צוויי חדשים אומגעקומען 18 טויזנט אויפֿשטענדלער, קעמפֿער פֿון דער "אַרמיי־קראַיאָוואַ", 180 טויזנט ציווילע אײַנוווינער און 20 טויזנט דײַטשישע סאָלדאַטן.
דאָס ייִדישע שפּריכוואָרט וואָס זאָגט, אַז "וואָס עס וועט ניט באַווײַזן דער שׂכל, וועט שוין די צײַט באַווײַזן" — ווערט באַשטעטיקט פֿאַר אונדזערע אויגן און אויערן, כאָטש בײַם רובֿ פֿון די לעבן־געבליבענע פֿון חורבן ווערן, ליידער, געוויסע געשעענישן און דערפֿאַרונגען פֿון יענע שוידערלעכע יאָרן עטוואָס אָפּגעשוואַכט, פֿאַרטונקלט און אײַנגעהילט אין אַ נעפּל פֿון פֿאַרגעסונג. עס זענען אָבער דאָ געוויסע פֿאַקטאָרן וואָס דערלאָזן ניט, אַז עס זאָל אַזוי געשען.
צווישן דער אָנצאָליקער ליטעראַטור, אין פֿאַרשיידענע לשונות, וועגן ייִדישן אומקום בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, טיילן זיך אויס באַזונדער די גבֿית־עדות פֿון ייִדישע קינדער און יוגנטלעכע. טייל, ווי אַנאַ פֿראַנק, האָבן נישט דערלעבט צו דער באַפֿרײַונג און זייערע אָפּגעפֿונענע און פֿאַרעפֿנטלעכטע באַשרײַבונגען דערציילן לדורות וועגן זייערע פֿאַרשניטענע לעבנס. אַנדערע האָבן על־פּי־נס איבערגעלעבט די קאָשמאַר־יאָרן, עמיגרירט דערנאָך קיין מדינת־ישׂראל אָדער אין די ענגליש־רעדנדיקע לענדער מעבֿר־לים, וווּ זיי האָבן אויפֿגעבויט זייער לעבן אויף ס׳נײַ.
אינעם ניו־יאָרקער "מוזיי פֿון ייִדישער ירושה" האָט זיך לעצטנס געעפֿנט אַן אויסשטעלונג "Daring to Resist: Jewish Defiance in the Holocaust" [העלדיש זיך אַקעגנגעשטעלט: דער ייִדישער ווידערשטאַנד בעתן חורבן]. אין דער אויסשטעלונג ניצט דער מוזיי 250 עקספּאָנאַטן און 150 פֿאָטאָגראַפֿיעס, וועלכע מע האָט באַקומען אָדער געליִען פֿון הונדערט יחידים און אינסטיטוציעס. אַזאַ קאָאָרדינירטע מיטאַרבעט צווישן אַזוי פֿיל מנדבֿים טרעפֿט זיך זעלטן אין דער מוזייען־וועלט.
נאָך דער מלחמה, נאָכן נצחון איבערן פֿאַשיזם, איז די וועלט געפּלעפֿט געוואָרן, ווען זי האָט זיך דערוווּסט ווי נידעריק, ביזן מהות פֿון אַ חיה, עס קען פֿאַלן אַ מענטש, און ווי הויך אַ מענטש קען זיך דערהייבן אין זײַן גײַסטיקער און מאָראַלישער גבֿורה. אין יאָר 1945 האָט אַ גוואַלדיקן רושם געמאַכט יוליוס פֿוטשיקס "רעפּאָרטאַזש מיט אַ תּליה אויפֿן האַלדז". באַלד האָט זיך דאָס בוך באַוויזן אויף אַ סך שפּראַכן. יוליוס פֿוטשיק, אַ קאָמוניסט, אַ שרײַבער און זשורנאַליסט פֿון טשעכאָסלאָוואַקײַ, האָט בעת דער מלחמה אָרגאַניזירט אין לאַנד דאָס אַרויסלאָזן אַן אומלעגאַלע אַנטיפֿאַשיסטישע פּרעסע.
דער טאָג פֿון חורבן און גבֿורה איז בײַ אונדז, ייִדן, אויסגעפֿאַלן הײַיאָר אויף דעם 16טן אַפּריל. ווי באַוווּסט, האָט די "יו־ען" באַשלאָסן אָפּצומערקן דעם חורבן־טאָג דעם 27סטן יאַנואַר. די באַציִונג צו די איבערגעבליבענע פֿונעם חורבן, איז הײַנט — אַ חוץ פֿון די חורבן־אָפּלייקענער — אַ בכּבֿודיקע כאָטש דאָס איז נישט אַלע מאָל געווען אַזוי.
אַ סך איז, און ווערט נאָך אַלץ, פּובליקירט וועגן דעם חורבן אין ביכער, פֿילמען, מוזעען און טעלעקאָמוניקאַציע. דאָס זעלבע איז לגבי דעם אַנטשטיין פֿון דער ייִדישער מדינה. אַ סך ווייניקער איז פּובליקירט געוואָרן וועגן דער תּקופֿה צווישן דעם חורבן און דער אַנטשטייונג פֿון דער ייִדישער מדינה — די געשיכטע פֿון די ייִדישע פּליטים פֿון מיזרח־אייראָפּע, וועלכע האָבן דאַן געלעבט אין די פּליטים־לאַגערן אין עסטרײַך, דײַטשלאַנד און איטאַליע. געוויס זײַנען אַ טייל פֿון די "פֿאָרווערטס"־לייענער געווען דאָרטן. |
|























קהילה־לעבן