User loginSearch |
אַ מענשט, וואָס האָט צום ערשטן מאָל באַזוכט גלובאָק אָנהייב 21סטן יאָרהונדערט, וואָלט מסתּמא קיין אומגעוויינטלעכע זאַכן נישט באַמערקט. אַ ריין גרין שטעטל, ס׳רובֿ הײַזער — הילצערנע, אַ היפּשער טייל — נאָך־מלחמהדיקע. די הײַנטיקע באַפֿעלקערונג גרייכט צו 19.5 טויזנט נפֿשות. צוויי קליינע פּלעצער; אויף איינעם, ווי אַן אָנדענק פֿון די סאָוועטישע צײַטן, שטייט אַ זיבן־שטאָקיקער "ראַטהויז". אַן אַלטער פּאַרק, אַן אָזערער מיט אַ טײַכעלע, פֿאַראייניקט מיט אַ סיסטעם פֿון קינסטלעכע באַסיינען. די אַלטע פֿעסטונג־שטאָט זאַמאָשטש איז באַרימט געוואָרן איבער דער וועלט צוזאַמען מיט דעם נאָמען פֿון יצחק לייבוש פּרץ. נישט די פֿעאָדאַלע מחלוקות פֿון די זאַמאָשטשער ריטער, נישט דער גלאַנציקער נאָמען פֿון די פֿירשטן זאַמאָיסקיס, וועלכע האָבן דאָ געהאַט זייער רעזידענץ, נאָר דווקא אַ ייִדישער מײַסטער האָט די שטאָט מפֿורסם געמאַכט איבער דער וועלט. ווען איך בין אַרויף אויפֿן שיפֿל און אָפּגעשלאָגן פֿון ברעג, האָב איך געהאַט דאָס געפֿיל, אַז איך שיף זיך איבער טרערן און נישט איבער דער ווײַסל. אַזוי אומעטיק האָבן געוואַשן די כוואַליעס דעם מדבר־זאַמד פֿון דער פּוסטער פּליאַזשע. |
|
















קהילה־לעבן