זכרונות, ייִדיש־וועלט, ליטעראַטור
פֿון משה לעמסטער (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
שמעון סאַנדלער (רעכטס), משה לעמסטער (לינקס)

אין די יאָרן 1963—1968 האָב איך זיך געלערנט אין טיראַספּאָלער מלוכישן פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט. צווישן די לימודים, וואָס איך האָב דאָרט שטודירט איז אויך געווען די דײַטש. מיט דער קאַטעדרע פֿון גערמאַנישע שפּראַכן האָט אין יענע יאָרן אָנגעפֿירט שמעון (סעמיאָן אַנאַטאָליעוויטש) סאַנדלער.

פּובליציסטיק, זכרונות
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ווען מ'צערעדט זיך אַמאָל און איך דערמאָן עמעצן, אַז איך שרײַב פֿאַרן ייִדישן "פֿאָרווערטס", קריג איך אָפֿט מאָל אַזעלכע רעאַקציעס:

"איך גלייב עס נישט. דער ׳פֿאָרווערטס׳ גייט נאָך אַרויס?!", אָדער:

"איך געדענק ווען מײַנע עלטערן פֿלעגן לייענען דעם ׳פֿאָרווערטס׳ יעדן טאָג. אָבער איך קען נישט לייענען קיין ייִדישן אות און מײַן ייִדיש איז צעבראָכן. איך ברעך זיך די ציין איבער יעדן וואָרט."

זכרונות
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

(המשך פֿון פֿאָריקן נומער)

(פֿערטער קאַפּיטל)

ביז אַהער איז דאָס לעבן פֿון די נײַע אימיגראַנטן, וואָס זײַנען געקומען קיין אַמעריקע געפֿלאָסן געמיטלעך. די שארית־הפּליטה האָבן זיך אויסגעשפּאַנט פֿון יענע טרויעריקע טעג און זיך אַרײַנגעוואָרפֿן אין דעם אַמעריקאַנעם לעבן מיט אַלע אבֿרים. עס האָט אויסגעזען אַז נאָכן חורבן וועט די וועלט אויפֿהערן האַלטן מלחמות, און דאָ האָט זיך אונטערגערוקט קאָרעע, און די מאַמעס האָבן גענומען זאָרגן וועגן זייערע זין וואָס וועלן גענומען ווערן אין מיליטער. דערווײַל פֿאַרזאַמלען זיך די ווײַבער אין דערבײַיִקן פּאַרקל אין דער בראָנקס און האַלטן גאַנצע וויכּוחים וועגן שפּינאָזען. דעם שמועס האָט אַרײַנגעברענגט טאָליע.

זכרונות
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

(דריטער אַרטיקל)

(המשך פֿון פֿאָריקן נומער)

דער פֿעטער ידידיה לייענט "די פֿרײַהייט" בעת זײַן ווײַב דאָקוטשעט אים:

"הערסט ידידיה, איך האָב געזען אין גאַס אַ ׳סעקטשועל קאַנווויטיבל׳־סאָפֿע, די לעצטע מאָדע. נאָך דעם ווי די גרינהאָרנס וועלן אַרויס פֿון דאַנען וועלן מיר מוזן בײַטן דאָס מעבל. ווער ווייסט, וואָס פֿאַר אַ כאָליעריעס זיי האָבן מיט זיך מיטגעשלעפּט פֿון יענער זײַט ים." דער פֿעטער רעגט זיך אויף:

זכרונות
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

(המשך פֿון פֿאָריקן נומער)

די ערשטע טריט אין אַמעריקע נאָכן חורבן. פֿעטער ידידיה נעמט אָפּ פֿון דער באַן זײַן פּלימעניק, חיים, מיט זײַן פֿרוי טאָליע און זייער מיידעלע מירעלע און ברענגט זיי אַהיים אין דער בראָנקס. און איצט לייענט ווײַטער.

"אַז דו וועסט צו זיך קומען חיים," פֿאַרזיכערט אים דער פֿעטער, "וועל איך דיר דערציילן וועגן אַמעריקע. דאָ גיט מען אַ קוועטש אַ קנעפּל, פֿליט אַרויס אַ 'סענדוויטש.’ און אַז מ'וויל אַרויף אויפֿן צענטן שטאָק, גיט מען אויך אַ קוועטש אַ קנעפּל און מ'שפּאַרט אָן אין די וואָלקנס."

זכרונות
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די פֿיר־שטאָקיקע געבײַדע אויף איסטבוירן־עוועניו אין דער בראָנקס שטייט נאָך ביזן הײַנטיקן טאָג. זי האָט געהערט מײַן טאַטנס פֿעטער ידידיהן, וועלכער איז געווען אַ מאַליאָזש, ס׳הייסט אַ הויז־מאַלער. אַ לינקער, און גערעדט כּסדר וועגן אַרבעטער־קלאַס און סאָציאַליזם. זײַן ווײַב מינדל, מיט די קאָסאָקע אייגעלעך, האָט זיך נישט אויפֿגעהערט צו היצן, נישט געוווּסט ווי אונדז אויפֿצונעמען ווען מיר זײַנען אָנגעקומען קיין אַמעריקע.

ייִדיש־וועלט, זכרונות
נימין זוסקין (רעכטס) און שלמה מיכאָעלס אין דער פֿאָרשטעלונג

נינאַ מיכאָעלס, לעוו בערגעלסאָן און אַלאַ זוסקין־פּערעלמאַן דערציילן וועגן זיך און זייערע טאַטעס

פּונקט ווי יעדעס יאָר דערמאָנען מיר אין דער צײַט, מיט טרויער די אומגעבראַכטע ייִדישע קולטור־טוער אינעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, דעם 12טן אויגוסט 1952.

וואָס איז געווען זייער שולד, אַז די סאָוועטישע מאַכט האָט געהאַלטן פֿאַר וויכטיק אַרויסצוטראָגן זיי דעם שרעקלעכסטן אורטייל — צעשיסן!

זכרונות
פֿון מישע לעוו (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

(המשך פֿון פֿאָריקן נומער)

פֿראַגעס און ענטפֿערס

וואָס, וועט איר פֿרעגן, איז מיט אַ מאָל אַזוינס געשען? דערצייל איך: מורמלענדיק שטיל אַ באַקאַנטן ניגון, האָב איך, זיך האַלטנדיק בײַ דער פּאָרענטש, טריט בײַ טריט, זיך אַראָפּגעלאָזט פֿון מײַן פֿערטן שטאָק נאָך דער גאַנצפֿריִערדיקער פּאָסט. דער ליפֿט האָט ניט געאַרבעט, דאָס ליכט — אויסגעלאָשן; אַ סבֿרה, די עלעקטרישע לעמפּלעך גנבֿעט מען, ווײַל אין פֿאַרקויף זײַנען זיי ניטאָ.

זכרונות
פֿון מישע לעוו (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ווינטערוועלט!

לויט דעם קאַלענדאַר וואָלטן די פֿרעסט געמעגט נאָך צוּוואַרטן, נאָר ניט אונדז, מענטשן, פֿרעגן זיי און ניט אונדז פֿאָלגן זיי. די קאַלטע, האַרבסטיקע רעגנבײַטשן, וואָס האָבן טאָג־און־נאַכט געשמיסן אַלץ און אַלעמען אויף זייער וועג, איז קאַרג געווען, האָט אַ בריִענדיקער פֿראָסטיקער ווינט זיך פֿאַרדרייט אין אַ ווילדן וויכער און מיט רציחה גענומען וואַרפֿן שטיקער שטײַפֿן שניי אין די פּנימער.

ליטעראַטור, זכרונות

ס'איז פֿרײַטיק, אַן אָפּרו־טאָג, און דערפֿאַר איז דער וועג פֿרײַ, ווי ער וואָלט נאָר אויף אונדז אַרויסגעקוקט. דאָס פֿרישע פֿרימאָרגן־ליכט האָט ערשט גענומען אויסטיילן דעם אַרום פֿון דער פֿינצטערניש און מיר טרעפֿן אָן אויף אַ גרופּע ישיבֿה־בחורים. ווי עס פֿירט זיך, זײַנען זיי אָנגעטאָן אין שוואַרצע, יום־טובֿדיקע מלבושים. אויב אורטיילן לויט זייער גאַנג און באַזונדערס ווי זיי זײַנען שטי­פֿעריש זיך פֿאַרגאַנגען אין אַ הילכיק געלעכטער, לאָזט זיך מיינען, אַז זיי זײַנען אויסגעקנאָטן ניט נאָר פֿון ישיבֿה־טייג.