User loginSearch |
ס’איז באמת אַ גליק, וואָס דער מענטשלעכער זכּרון קאָן פֿאַרבינדן פֿאַרשידענע צײַטן. ער לאָזט נישט פֿאַרשוווּנדן ווערן די געשעענישן און נעמען פֿון פּערזענלעכקייטן, וואָס האָבן פֿאַרדינט צו פֿאַרבלײַבן אינעם מאָרגן. ווי פֿאַרשלעפּט דער געדאַנק זאָל נישט זײַן, פֿריידט מען זיך יעדעס מאָל, ווען ער ווערט ווידער באַשטעטיקט. ס’איז פֿאָרט אַ שאָד, וואָס צוליב דער טעגלעכער האַוועניש, באַמערקן מיר אָפֿטלעך נישט בײַ די מענטשן, וועלכע טרעפֿן זיך אויף אונדזער וועג, די טיפֿע אייגנאַרטיקייטן פֿון זייער נאַטור. ערשט מיט דער צײַט, אומקוקנדיק זיך צוריק אויף די אויסגעלעבטע יאָרן, הייבט מען אָן פֿאַרשטיין די וויכטיקייט פֿון זייער בײַזײַן אין אונדזער לעבן.
"אַ גילגול פֿון אַ ניגון", פֿון י. ל. פּרץ. "די־ווי־די"–פֿילם פֿון אַ ספּעקטאַקל פֿון רפֿאל גאָלדוואַסער, מיטן "לופֿט–טעאַטער", 2009. רפֿאל גאָלדוואַסער איז אַ ייִדישער אַקטיאָר מיט אַ באַזונדערן גאַנג, עפּעס וואָס איז אין אונדזערע צײַטן אומגעוויינטלעך, און אפֿשר ממש איינציק. אַ געבוירענער אין אַרגענטינע, אַן אַקטיאָר בן אַקטיאָר (זײַן טאַטע, זישע גאָלדוואַסער, איז דאָרטן געווען גוט באַקאַנט סײַ פֿון דער בינע, סײַ ווי אַ רעציטאַטאָר), האָט ער זיך געלערנט טעאַטער בײַ גרויסע מײַסטערס אין פּאַריז, אָפּגעאַרבעט עטלעכע יאָר אין ישׂראל און וווינט שוין איצט אַרום אַ פֿערטל יאָרהונדערט אין שטראַסבורג.
מיר איז צופֿעליק אַרײַנגעפֿאַלן אין די הענט דאָס בוך פֿון אירין איבר (Eren Eber), אַ פּראָפֿעסאָרין פֿון דעם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים. די דאָזיקע מאָנאָגראַפֿישע פֿאָרשונג אירע הייסט Chinese and Jews: Encounters Between Cultures (כינעזער און ייִדן: באַגעגענישן צווישן קולטורן). דאָס בוך איז אַרויס אין יאָר 2008, און איך האָב זיך אויף אים אָנגעשטויסן, זוכנדיק אין אינטערנעץ קוואַלן וועגן דעם סאָוועטיש-ייִדישן שרײַבער און לאַנגיאָריקן "פֿאָרווערטס"-קאָרעספּאָנדענט אין מאָסקווע זלמן ווענדראָף (וועגן אים האָב איך שוין אַ פּאָר מאָל געשריבן אין "פֿאָרווערטס" און קלײַב איצט צונויף מאַטעריאַלן פֿאַר אַן אַקאַדעמישער פּובליקאַציע).
עס איז מסתּמא ניטאָ קיין אַנדער בײַשפּיל פֿון צוויי שפּראַכן, וואָס זאָלן זײַן אַזוי נאָענט און, אין דער זעלבער צײַט, אַזוי ווײַט איינע פֿון דער אַנדערער, ווי ייִדיש און דײַטש. אין פֿאַרשידענע תּקופֿות זײַנען די קעגנזײַטיקע צווישנבאַציִונגען געווען פֿרײַנדלעך אָדער גאָר פֿײַנטלעך, אָבער אַלע מאָל קאָמפּליצירט. דאָס זאַמלבוך "צווישן צוויי וועלטן׃ באַגעגענישן צווישן ייִדיש און דײַטש", וואָס איז אַרויס אין דער סעריע "סטודיאַ ראָזענטאַליאַנאַ" איז אַ פּרוּוו צו באַהאַנדלען דעם דאָזיקן קאָמפּליצירטן ענין פֿון פֿאַרשידענע שטאַנדפּונקטן.
ווען די ברידער גרים האָבן אַרויסגעגעבן זייערע קלאַסישע פֿאָלקס־מעשׂיות זאַמלונגען מער ווי מיט צוויי הונדערט יאָר צוריק אין דײַטשלאַנד, האָבן זיי דערמיט אָנגעהויבן צעאַקערן דאָס פֿעלד פֿון פֿאַרגלײַכיקער פֿאָלקס־ליטעראַטור. יעדעס לאַנד אין אייראָפּע האָט זיך פֿאַרטראַכט — "מיר האָבן אויך אַזוינע שיינע מעשׂיות וואָס די פּויערים דערציילן" — און די ערשטע פֿאָלקלאָריסטן זענען אַרומגעגאַנגען אין די דערפֿער און זיי פֿאַרשריבן און אַרויסגעגעבן.
איך האָב פֿאַר אײַך אַ גוטע נײַעס: די כעלעמער חכמים האָבן אָנגעהויבן רעדן רומעניש. ווי אַזוי? אַנטאָן און אַרינאַ טשעלאַרו, וואָס האָבן הײַיאָר אַרויסגעלאָזט אין בוקאַרעשט דעם בוך "טרוימער פֿון כעלעם", האָבן זיי געהאָלפֿן אין דעם. די איבערזעצערס פֿונעם בוך האָבן נישט פּשוט איבערגעזעצט פֿון ייִדיש אויף רומעניש די פּערל פֿון ייִדישן פֿאָלקלאָר, נאָר אויך געמאַכט זייער אייגענע באַאַרבעטונג פֿון די פֿאַרשפּרייטע וויצן און מעשׂיות, איבערדערציילט זיי אויף אַן אייגנאַרטיקער שפּראַך, אין נוסח פֿונעם רומענישן פֿאָלקלאָר וועגן די צוויי טשודאַקעס טינדאַלע און פּעקאַלע, וואָס האָבן אַזוי ליב געהאַט זיך קלוג נאַריש צו מאַכן.
אַבֿינועם י. פּאַט איז אַ פּראָפֿעסאָר פֿון מאָדערנער ייִדישער געשיכטע אין אוניווערסיטעט פֿון האַרטפֿאָרד. ער האָט לעצטנס פֿאַרעפֿנטלעכט אַ בוך מיטן נאָמען:
Finding Home and Homeland:
דאָס בוך האָט צו טאָן מיט דער שארית־הפּליטה, די די־פּי־לאַגערן און דעם ווידערגעבורט פֿון ציוניזם צווישן דער געראַטעוועטער יוגנט אין די די־פּי־לאַגערן. אין דער אמתן זײַנען יענע פֿינף יאָר גלײַך נאָך דער מלחמה שטאַרק נישט באַקאַנט דעם דורכשניטלעכן ייִדישן עולם אין אַמעריקע און דעם ייִדנטום אין דער גאָרער וועלט, שוין אָפּגערעדט פֿונעם נישט־ייִדישן עולם. איך האָב ערשט הײַנט געלייענט אין 'New York Times,’ פֿון סעפּטעמבער 7, 2009, אַז דער פּויפּסט בענעדיקט דער זעכצנטער האָט געהאַלטן אַ רעדע אין וואַרשע אָפּצומערקן זיבעציק יאָר נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה אונטערן טיטל: "די טראַגעדיע פֿונעם האָלאָקאָסט," וווּ ער באַוויינט די מיליאָנען קרבנות, דער עיקר פּאָליאַקן, נישט דערמאָנענדיק מיט קיין וואָרט וועגן די ייִדן. די רעדע איז געווען אַ באַשטעטיקונג פֿון זײַן אַנטיסעמיטיש־אײַנגעבאַקענעם אָדער.
ד״ר מעלווין קאָנער, אַן אַנטראָפּאָלאָגיע־פּראָפֿעסאָר אין "עמאָרי־אוניווערסיטעט" אין אַטלאַנטע, דזשאָרדזשיע, האָט הײַיאָר אַרויסגעלאָזט אַן אייגנאַרטיק בוך, The Jewish Body (דער ייִדישער גוף), וווּ ער דיסקוטירט אַרום דעם ייִדישן צוגאַנג צום גוף, ווי עס ווערט אָפּגעשפּיגלט אין די ייִדישע ריטואַלן, קולטור און געשיכטע. צווישן די טעמעס וואָס ער באַרירט זענען ברית־מילה, סעקסועלע באַציִונגען, די פֿאַרשידענע פֿיזישע שילדערונגען פֿונעם ייִד (דער אויסגעדאַרטער,
אין סעפּטעמבער האָט זיך געעפֿנט די אויסשטעלונג — "יצחק באַשעוויס זינגער און זײַנע קינסטלער" בײַם "היברו־יונאָן־קאָלעדזש" אין מאַנהעטן. די אָפֿיציעלע עפֿענונג איז פֿאָרגעקומען דעם 15טן אָקטאָבער און די אויסשטעלונג וועט בלײַבן אין דער גאַלעריע פֿונעם קאָלעדזש ביזן 2טן יולי 2010. דער "פֿאָרווערטס" איז איינער פֿון די שותּפֿים צו דער אויסשטעלונג, וואָס באַשטייט פֿון די אָריגינעלע קונסטווערק וואָס האָבן באַגלייט באַשעוויסעס ביכער אויף ענגליש און אַנדערע שפּראַכן. בײַ דער עפֿענונג האָט שמואל נאָריך,
אַ שמועס מיט פּאַוועל ליאָן און דניאל קאַן דאָס אויפֿלעבן פֿון קלעזמער־מוזיק, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן אין אַמעריקע אין די 1970ער יאָרן און דערנאָך זיך פֿאַרשפּרייט אין אייראָפּע און ישׂראל, האָט פֿאַרזיכערט פֿאַרן "עטנישן" ייִדישן סטיל אַ פֿעסטן פּלאַץ אין דער מאָדערנער מוזיקאַלישער קולטור. מיישקע אַלפּערט, חנה קופּער, זלמן מלאָטעק, דוד קראַקאַוער און אַנדערע האָבן פֿאַרלייגט אַ יסוד, אויף וועלכן מען האָט אויפֿגעבויט אַ גאַנצן בנין, גאָר עקלעקטיש אין זײַן סטיל און אידעאָלאָגיע. |
|
























קהילה־לעבן