קונסט
פֿון יעפֿים טײַבלין (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
מיכאַיִל שעמיאַקין

אין דער באַקאַנטסטער אין ניו־יאָרק קונסט־גאַלעריע MiMi Ferzt Gallery איז דערעפֿנט געוואָרן די אויסשטעלונג "שעמיאַקין און סאַנקט־פּעטערבורג", אויף וועלכער עס זײַנען אַרויסגעשטעלט געוואָרן די סקולפּטורן, בילדער און פֿאָטאָגראַפֿיעס, געמאַכט פֿונעם סקולפּטאָר און מאָלער מיכאַיִל שעמיאַקין. כּמעט אַלע זײַנען ווערק אויף דער אויסשטעלונג זײַנען פֿאַרבונדן מיט דער רוסישער שטאָט פּעטערבורג.

שעמיאַקין איז געבוירן געוואָרן אין יאָר 1943, אין מאָסקווע. פֿרי געוואָרן אַ יתום, האָט ער זײַן פֿאַמיליע־נאָמען באַקומען פֿונעם שטיף־פֿאָטער, אַן אָפֿיציר אין דער רויטער אַרמיי — שעמיאַקין; אויך זײַן ערשטער נאָמען, פֿײַזולאַ, האָט מען געביטן אויפֿן רוסישן — מיכאַיִל.

קונסט
פֿון זשיל ראָזיע (פּאַריז)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
פֿון דער פּאַריזער אויסשטעלונג: הענריק בערלעווי — אַפֿיש פֿאַר דער געזונט־אָרגאַניזאַציע "טאָז", 1927

הײַיאָר האָבן צוויי מוזייען אין אייראָפּע אָרגאַניזירט אויסשטעלונגען וועגן די אַוואַנגאַרדן, וואָס האָבן צעטומלט די ייִדישע גאַס אין מיזרח–אייראָפּע אין די 20ער יאָרן פֿון פֿריִערדיקן יאָרהונדערט. פֿונעם 11טן פֿעברואַר ביזן 17טן מײַ האָט דער פּאַריזער מוזיי פֿאַר ייִדישער קונסט און געשיכטע אויסגעשטעלט 120 ווערק פֿון אליעזר ליסיצקי, יוסף טשײַקאָוו, מאַרק שאַגאַל, הענריק בערלעווי און אַנדערע. די אויסשטעלונג האָט זיך אײַנגעאָרגנעט אַרום די אילוסטרירטע ייִדישע ביכער אונטערן טיטל "פֿאַרגאַנגענע צוקונפֿט: דער אַוואַנגאַרד און דאָס ייִדישע בוך 1939—1941".

קונסט
"פֿאָרווערטס"־רעדאַקטאָר באָריס סאַנדלער מיט דער "פֿאָרווערטס"־אַרכיוואַרין חנה פּאָלאַק בײַ דער עפֿענונג

אין סעפּטעמבער האָט זיך געעפֿנט די אויסשטעלונג — "יצחק באַשעוויס זינגער און זײַנע קינסטלער" בײַם "היברו־יונאָן־קאָלעדזש" אין מאַנהעטן. די אָפֿיציעלע עפֿענונג איז פֿאָרגעקומען דעם 15טן אָקטאָבער און די אויסשטעלונג וועט בלײַבן אין דער גאַלעריע פֿונעם קאָלעדזש ביזן 2טן יולי 2010. דער "פֿאָרווערטס" איז איינער פֿון די שותּפֿים צו דער אויסשטעלונג, וואָס באַשטייט פֿון די אָריגינעלע קונסטווערק וואָס האָבן באַגלייט באַשעוויסעס ביכער אויף ענגליש און אַנדערע שפּראַכן. בײַ דער עפֿענונג האָט שמואל נאָריך,

געשיכטע, קונסט
פֿון יואל מאַטוועיעוו (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַ בילד לכּבֿוד ראָש־השנה, פֿון מאַרק פּאָדוואַל, 2008

בײַ אַ סך פֿעלקער, וואָס האָבן אַן אַלטע שריפֿטלעכע ליטעראַטור, איז פֿאַראַן אַן אייגענע טראַדיציע פֿונעם קינסטלערישן שרײַבן — קאַליגראַפֿיע. למשל, אַזאַ טראַדיציע האָט עקזיסטירט אין מצרים און בײַ די מאַיאַ־אינדיאַנער אין דרום־אַמעריקע. ביידע ציוויליזאַציעס האָבן געשאַפֿן גאָר קאָמפּליצירטע היעראָגליפֿישע שריפֿט־סיסטעם, אין וועלכע יעדער צייכן האָט רעפּרעזענטירט אַ גאַנץ וואָרט אָדער אַ געוויסן טראַף.

קונסט
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
פֿעליקס לעמבערסקי, 1940ער יאָרן

Felix Lembersky, 1913—1970. Paintings and Drawings. Moscow: Galart, 2009

די נײַע פּובליקאַציע פֿונעם מאָסקווער קונסט־פֿאַרלאַג "גאַלאַרט" באַקענט דעם ברייטערן עולם מיט דער שאַפֿונג פֿון אַ קינסטלער, וואָס האָט איבערגעלאָזט אַ טיפֿן, אָבער ניט זייער בולטן שפּור אין דער געשיכטע פֿון דער סאָוועטישער קונסט. געבוירן אין לובלין אין 1913, האָט לעמבערסקי פֿאַרבראַכט זײַנע קינדער־יאָרן אין בערדיטשעוו.

קונסט
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
וויליאַם ברוּי

אינעם "רוסישן מוזיי" אין פּעטערבורג האָט זיך געעפֿנט אַן אויסשטעלונג פֿון וויליאַם ברוּי, אַן אייגנאַרטיקער קינסטלער, וואָס ווערט פֿאָרגעשטעלט ווי אַ יורש פֿון די טראַדיציעס פֿונעם רוסישן אַוואַנטגאַרד. ברוּי האָט זיך קונה־שם געווען ניט נאָר דורך זײַנע קינסטלערישע ווערק, נאָר אויך דורך זײַן אָריגינעלן לעבנסשטייגער. זײַן לעבן איז תּמיד אַ פֿאָרשטעלונג, דערבײַ פֿאַרמאָגט ער אַ באַזונדערן טאַלאַנט פֿאַר צוציִען צו זיך באַרימטע, חשובֿע און רײַכע פּערזענלעכקייטן. אין משך פֿון די יאָרן האָט ער געשאַפֿן אַרום זיך אַ מין מיטאָס, וואָס איז אַ געמיש פֿון ביז גאָר פֿאַרשידנאַרטיקע עלעמענטן.

קונסט, ‫רעפּאָרטאַזשן
סאַשאַ גאַליצקי

אין די ראַמען פֿונעם פֿעסטיוואַל "אונדזער ירושה", געשטיצט פֿון דער ניו־יאָרקער מוניציפּאַליטעט, האָט זיך אינעם נאַציאָנאַלן קלוב פֿון אַמעריקאַנער קונסט דערערפֿנט די אויסשטעלונג פֿונעם מאָלער סאַשאַ גאַליצקי (רוסלאַנד —ישׂראל). דער באַקאַנטער קלוב אין סאַמע צענטער פֿון מאַנהעטן, אויפן היסטאָרישן אָרט גראַמערסי-פּאַרק, איז געגרינדעט געוואָרן אין יאָר 1898. צווישן די מיטגלידער פֿונעם קלוב זײַנען געווען דרײַ אַמעריקאַנער פּרעזידענטן: רוזוועלט, ווילסאָן און אייזענהאַוער.

געשיכטע, קונסט
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
ליזעלאָטע גזשעבינע, זעלבסט־פּאָרטרעט, 1933

די קורצע תּקופֿה פֿון דער ווײַמאַרער רעפּובליק אין דער דײַטשישער געשיכטע, וואָס האָט געדויערט קנאַפּע פֿופֿצן יאָר — צווישן דעם סוף פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה, אין 1918, ביז היטלערס אָנקומען צו דער מאַכט, אין 1933 — איז געווען די בלי־צײַט פֿון דער מאָדערנער קונסט. זי האָט איבערגעלאָזט אַ רײַכע ירושה אין פֿאַרשידענע געביטן. אַ בולטע ראָלע האָבן אינעם דאָזיקן קולטורעלן אויפֿלעב געשפּילט די ייִדישע פֿרויען. זייער בײַטראָג איז געווען באַזונדערס חשובֿ אין די נײַע שעפֿערישע געביטן, אַזעלכע ווי די פֿאָטאָגראַפֿישע קונסט.

קונסט
דער שרײַבער לוּי אַלטהוסער אין "סטאַלאַג XA", שלעסוויג, דײַטשלאַנד.

אויסשטעלונג וועגן דער פֿראַנצויזישער ליטעראַרישער וועלט

צי קען מען מיט אַן אַבסאָלוטער זיכערקייט זאָגן אין אַלע סיטואַציעס, אַז יענער האָט קאָלאַבאָרירט מיט די נאַציס, און אַן אַנדערער — נישט? מען איז שוין צוגעוווינט צו צעטיילן די וועלט אויף די "גוטע" — די העלדן, און די "שלעכטע" — די רשעים. אָבער די דאָזיקע צעטיילונג פֿאַרפּשוט דעם ענין וואָס איז אַ סך מער קאָמפּליצירט און קען ווערן אויסגעטײַטשט אַנדערש פֿון פֿאַרשיידענע קוקווינקלען.

קונסט
די זינגערינס: פֿיליס בערק (רעכטס) מיט זשעניע פֿײַערמאַן

ווער עס קומט אויף ייִדישע אונטערנעמונגען אין ניו־יאָרק, זעט די פֿאָטאָגראַפֿקע דזשאָון ראָט בײַ דער אַרבעט. אָדער מיט איר ווידעאָ־אַפּאַראַט, אָדער מיט איר פֿאָטאָ־אַפּאַראַט, אָדער מיט ביידע, כאַפּט זי אָפּ די וויכטיקע מאָמענטן און די פּערזענלעכקייטן אויף אונדזער ייִדישער גאַס. ווער עס וויל וויסן, וואָס זי טוט מיט די אַלע פֿאָטאָגראַפֿיעס זאָל קומען די וואָך אינעם "ייִדישן קולטור־קאָנגרעס", 25 איסט 21סטע גאַס אין מאַנהעטן און זען אַן אויסקלײַב פֿון אירע בילדער פֿון דער ייִדישער קולטור־וועלט. עס זענען אַרויסגעשטעלט גרויסע פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון באַקאַנטע פּנימער ווי מינאַ בערן, שפֿרה לערער, און אַנדערע פּאָרטרעטן, וואָס זי האָט פֿאָטאָגראַפֿירט מיט די וואַרעמסטע געפֿילן צו אירע סוביעקטן.

קונסט
ברונאָ שולץ

דעם 20סטן פֿעברואַר איז אין "יד־ושם", ירושלים, דערעפֿנט געוואָרן אַ נײַע אויסשטעלונג מיטן נאָמען "ברונאָ שולץ — וואַנט־מאָלערײַ אונטער צוואַנג". אין דער אויסשטעלונג זענען פֿאַראַן 3 וואַנט־מאָלערײַען, די לעצטע דרײַ שאַפֿונגען פֿון ברונאָ שולץ פֿאַר דעם, ווי ער איז דערמאָרדעט געוואָרן דורך אַן עס־עס־אָפֿיציר דעם 19טן נאָוועמבער 1942. די דאָזיקע מאָלערײַען ווערן אַרויסגעשטעלט פֿאַר אַן עולם צום ערשטן מאָל.

בײַ דער געלעגנהייט איז אין "יד־ושם" אונטערגעשריבן געוואָרן אַ הסכּם צווישן דעם וויצע־דירעקטאָר און פֿאָרזיצער פֿון דער אָפּטיילונג פֿאַר צענטראַל־אייראָפּע בײַם אויסערן־מיניסטעריום און דעם אַמבאַסאַדאָר פֿון אוקראַיִנע אין ישׂראל, בײַ דער אָנוועזנהייט פֿון וויצע־פּרעמיער־מיניסטער פֿון אוקראַיִנע.

קונסט
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דער וועג פֿון טרערן "A"

דער נאָמען פֿון גיטל בראַון, אַ לאָנדאָנער קינסטלערין פֿון דער פֿרומער חסידישער געגנט סטעמפֿראָד־היל, באַווײַזט זיך אַלץ אָפֿטער אויף די זײַטן פֿון די גרעסטע ענגלישע צײַטונגען. זי האָט שוין אויסגעשטעלט אירע ווערק אין חשובֿע גאַלעריעס פֿון לאָנדאָן און ניו־יאָרק, און אין גיכן וועלן די ישׂראלים זען צוויי נײַע אויסשטעלונגען אירע. די ווערק פֿון בראַון קומען מיט פּערזענלעכע געשיכטעס, וואָס שפּילט הײַנט אַ וויכטיקע ראָלע אינעם מאַכן דעם קינסטלער דערפֿאָלגרײַך און פּאָפּולער בײַם ברייטערן עולם.