User loginSearch |
דער קונסט־אַלבאָם "קאָלירטע מאָטיוון" פֿונעם מאָלער קלמן פּאָלגער נעמט אַרײַן זײַנע לעבעדיקע קאָלירטע אילוסטראַציעס צו די געשטאַלטן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. דער "ה. לייוויק־פֿאַרלאַג" בײַם "פֿאַראיין פֿון ייִדישע שרײַבער און זשורנאַליסטן אין ישׂראל" האָט אַרויסגעגעבן דאָס בוך, און די שטאַרקע ליטעראַרישע און קינסטלערישע פֿאַרבינדונג אינעם ווערק ווערט בולט אַרויסגעבראַכט — זײַט בײַ זײַט לעבן די מאָלערײַען, דרוקט מען די טעקסטן אויף ייִדיש וואָס דער מאָלער אילוסטרירט, און שפּעטער אין בוך ווערן אָפּגעדרוקט די העברעיִשע און, צום טייל, ענגלישע איבערזעצונגען.
קעשענעוו איז ניט באַרימט מיט זײַנע קולטורעלע מערקווירדיקייטן. ביז דער אָקטאָבער־רעוואָלוציע איז דאָס געווען אַ פּראָווינץ־שטאָט אויפֿן ראַנד פֿון דער רוסישער אימפּעריע, דערנאָך אַ רומענישע פּראָווינץ־שטאָט, שפּעטער — די הויפּטשטאָט פֿון דער מאָלדאַווישער סאָוועטישער רעפּובליק. הײַנטיקע מאָלדאָווע איז די אָרעמסטע מלוכה אין אייראָפּע, אָבער אַפֿילו דער דאָזיקער פֿאַקט איז ניט ווײַט באַקאַנט אין דער ברייטער וועלט. מאָלדאָווע עקזיסטירט פּשוט ניט אויף דער מאַפּע פֿון דער מערבֿדיקער מאַסן־מעדיאַ.
געוויינטלעך מאַכט אַ קינסטלער אַ רושם אויף דער קינסטלערישער וועלט, ווען ער איז יונג און פֿול מיט נײַע און נאָוואַטאָרישע אידעען אין זײַן שאַפֿונג. אַמאָל טרעפֿט זיך פֿאַרקערט, אַז אַ קינסטלער לאָזט איבער אַ דויערנדיקע שאַפֿערישע ירושה אויפֿן סמך פֿון זײַנע לעצטע יאָרן. אַזאַ קינסטלער איז געווען פֿיליפּ גוסטאָן, וועלכער האָט אויסגעדרייט דעם דישעל צום סוף פֿון זײַן לעבן, און דווקא צוליב דעם נײַעם וועג וועט בלײַבן זײַן נאָמען אין דער קונסט־געשיכטע. גוסטאָן איז געווען סײַ אַ מאָלער, סײַ אַן אויסערגעוויינטלעכער צייכענער.
דער מצבֿ פֿון אַ קינסטלער אין דער ייִדישער מדינה איז ניט קיין פֿריילעכער, און בפֿרט ווען דער דאָזיקער קינסטלער איז אַ רוסישער עולה. דאָס רובֿ רוסיש־ייִדישע קינסטלער, וועלכע האָבן זיך באַזעצט אינעם הייליקן לאַנד מיט אַ יאָר פֿופֿצן־צוואַנציק צוריק, בלײַבן ווייניק באַקאַנט אי אין ישׂראל אי חוץ־לארץ. אינעם שווערסטן מצבֿ געפֿינען זיך דווקא די קינסטלער, וועלכע ווילן ממשיך זײַן די טראַדיציעס פֿון דער רוסיש-ייִדישער קונסט ווי זי האָט עקזיסטירט אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.
די נײַע אויסשטעלונג אינעם לאָנדאָנער מוזיי "טייט־מאָדערן" אַנטפּלעקט ניט קיין נײַע נעמען אָדער ריכטונגען אין דער מאָדערנער קונסט. אַנשטאָט דעם, ברענגט זי צונויף די ווערק פֿון דרײַ קלאַסיקער, וועלכע האָבן באַשטימט די ריכטונג פֿון דער אייראָפּעיִשער און אַמעריקאַנער קונסט אינעם 20סטן יאָרהונדערט׃ מאַרסעל דושאַן, פֿראַנסיס פּיקאַביאַ און מאַן ריי. זייער שעפֿערישע צוזאַמענאַרבעט האָט זיך אָנגעהויבן אין ניו־יאָרק ערבֿ דער ערשטער וועלט־מלחמה און האָט שפּעטער ממשיך געווען אין פּאַריז.
יעדע תּקופֿה נייטיקט זיך אין קולטורעלע פֿאָרגייער פֿונעם עבֿר, וועלכע פֿאַרקערפּערן זײַנע שטימונגען און ווערטן. אין ענגלאַנד איז לעצטנס פּאָפּולער געוואָרן אײַזיק ראָזענבערג (1890—1918), אַ דיכטער און קינסטלער, וועלכער איז געפֿאַלן אויפֿן מערבֿדיקן פֿראָנט דרײַ חדשים פֿאַרן סוף פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה. דער אינטערעס צו ראָזענבערגן און אַנדערע ענגלישע דיכטער פֿון מלחמה־גריבער איז גאַנץ נאַטירלעך אינעם יאָר, ווען מען מערקט אָפּ דעם 90סטן יאָרטאָג זינט דעם סוף פֿון דער "גרויסער מלחמה", וואָס האָט געקאָסט ענגלאַנד אַ סך מער לעבנס, איידער אין דער צווייטער וועלט־מלחמה.
אַ סך מענטשן טראַכטן, אַז פֿון אַלע מענטשלעכע באַשעפֿטיקונגען זענען קונסט און מאַטעמאַטיק צוויי סאַמע היפּוכדיקסטע זאַכן. די "קאַלטע וועלט" פֿון ציפֿערן און חשבונות פּאָרט זיך אין זייער שׂכל נישט צונויף מיט דער שעפֿערישער פֿרײַהייט פֿונעם קינסטלער. אַ טייל ליבהאָבער פֿון קונסט באַטראַכטן די מאַטעמאַטיקער כּמעט ווי אַ "באַזונדער פֿאָלק" מיט דיאַמעטראַל-קעגנזײַטיקע אינטערעסן. מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק האָט דער וויסנשאַפֿטלעכער זשורנאַל "Vision Research" איבערגעגעבן, אַז די פֿאָרשער פֿונעם תּל-אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט האָט זיך אײַנגעגעבן צו שאַפֿן אַ קאָמפּיוטער-פּראָגראַם, וואָס קאָן אָפּשאַצן צוציִעוודיקייט פֿון פֿרויען. די פּראָגראַם איז געשאַפֿן געוואָרן דורך עמית קגיאַן (קאַגיאַן), אַן אַספּיראַנט פֿון קאָמפּיוטער-וויסנשאַפֿט, אונטער דער אָנפֿירערשאַפֿט פֿון פּראָפֿ׳ איתן רופּין און פּראָפֿ׳ גדעון דרור.
אין דער קונסט־גאַלעריע — "גאָלדמאַן־אַרט־גאַלערי" — פֿונעם וואַשינגטאָנער "ייִדישער קהילה־צענטער", ראָקוויל, מערילאַנד, שטעלט מען איצט אויס די מאָלערײַען און צייכענונגען פֿונעם ישׂראלדיקן קינסטלער אַלכּסנדר ווײַסמאַן. די אויסשטעלונג הייסט: "אַ בגד מיט אַ סך קאָלירן: די שטרעבונג פֿאַר ייִדישן אַחדות".
הערמאַן שטרוק (1876 — 1944) איז געווען אַ בערלינער קינסטלער, באַקאַנט פֿאַר זײַנע פּאָרטרעטן און לאַנדשאַפֿטן. ער האָט זיך אויסגעצייכנט ווי אַ מײַסטער פֿון ראַדירונגען, און אַפֿילו מאַרק שאַגאַל האָט אים געבעטן אים ווײַזן זײַן טעכניק. די אַנדערע קינסטלער ווי יעקבֿ שטײַנהאַרדט און אַנאַ טיכאָ האָבן זיך אויך געלערנט בײַ אים, און זײַן לערנבוך, "ווי אַזוי צו ראַדירן", איז נאָך אַלץ אַ קלאַסיש ווערק.
אַ צדיק האָט פֿאַרגעסן די עצה פֿון זײַן רבין נישט אַרויסצוגיין אַליין שפּעט בײַ נאַכט אין שטאָט. אַ דיבוק, וואָס ער האָט פֿריִער אַרויסגעטריבן פֿון אַ נכפּהניצע, איז איצטער אַרײַן אין אַן אייזל און וואַרט שוין אויף אים אויף אַ פֿינצטערער גאַס... אַבֿרהם אָבֿינו און דרײַ מלאכים זיצן בײַם געדעקטן טיש און רעדן וועגן דעם גורל פֿון סדום... אַ מאַן אין אַ פּוכיקן שטרײַמל, מיט אַ לולבֿ אין האַנט, פֿליט אויפֿן רוקן פֿון אַ ריזיקן פֿויגל...
Ирина Азизян. Александр Быховский: Ступени творчества-бытия. Москва, Галарт — Дом еврейской книги, 2007. אירינאַ אזיזיאַן. אַלכּסנדר ביכאָווסקי׃ שטאַפּלען פֿון שעפֿערישקייט און זײַן. מאָסקווע, "גאַלאַרט"־"ייִדישע ביכער־הויז", 2007. דער קינסטלער אַלכּסנדר ביכאָווסקי (1888—1978) האָט דורכגעמאַכט אַ לאַנג און שעפֿעריש לעבן, אָבער זײַן נאָמען איז פֿאַרבליבן ווייניק באַקאַנט אין דער מאָדערנער קונסט־געשיכטע. זײַן רום האָט דערגרייכט דעם שפּיצפּונקט אויף אַ קורצער ווײַלע אין די מיט־1920ער יאָרן.
אינעם "אַמעריקאַנער מוזיי פֿאַר פֿאָלקסקונסט" אין מאַנהעטן קען מען איצט זען אַ זעלטענע אויסשטעלונג וועגן דער פֿאָלקסקונסט פֿון די ייִדישע האָלצשניצער אין אַמעריקע — "באַגילדעטע לייבן און פֿערד מיט צירינג: פֿון דער שיל ביז דער קאַרוסעל". דאָס איז די ערשטע אויסשטעלונג, וואָס אַנטפּלעקט אַ פֿאַרבינדונג צווישן דער האָלצשניץ־קונסט וועלכע געפֿינט זיך אין אַמעריקאַנער שילן, און דער קונסט פֿון שניצן די הילצערנע פֿערד אויף די קאַרוסעלן. עס שטעלט זיך אַרויס, אַז די זעלבע ייִדישע פֿאָלקס־קינסטלער האָבן אָפֿט געשאַפֿן ביידע קונסט־פֿאָרמעס בײַם אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט. |
|


























קהילה־לעבן