User loginSearch |
אין דער "ניו־יאָרקער היסטאָרישער געזעלשאַפֿט" אין מאַנהעטן האָט זיך לעצטנס געעפֿנט אַן אויסשטעלונג פֿון קינסטלער, וועלכע האָבן געהאַט אַ גרויסע השפּעה אויף די אַמעריקאַנער ייִדישע קינסטלער אין די 1920ער און 1930ער יאָרן. "דעם לעבנס פֿאַרגעניגנס און די ׳אַשקאַן׳—קינסטלער 1895 — 1925" באַהאַנדלט, דער עיקר, אַ גרופּע מאָלער, באַקאַנט ווי "די אַכט", ווײַל זיי האָבן אויסגעשטעלט צוזאַמען אין 1908 אין אַ ניו־יאָרקער גאַלעריע, און קריטיקער האָבן זיי באַהאַנדלט, פֿון דעמאָלט אָן, ווי אַ נײַע ריכטונג אין דער קונסט. מיט דער צײַט האָט מען די גרופּע, און זייערע יורשים, גערופֿן די "אַשקאַן"־שול פֿון קונסט. "אַשקאַן" איז טײַטש מיסטקאַסטן, און די קינסטלער האָבן געמאָלן אויף אַ סאָציאַל־רעאַליסטישן אופֿן — אַרויסגעכאַפּט סצענעס פֿון דער גאַס, פֿון בעטלער, פֿון בורלעסק־הײַזער, פֿון ספּאָרט־מענטשן, ווי אויך פֿון דער נגידישער געזעלשאַפֿט. דער טראָפּ האָט מען נישט געלייגט אויף ראָמאַנטישקייט אָדער אויף דער שיינקייט פֿונעם בילד; די "מיסטקאַסטן"־קינסטלער האָבן נישט פֿאַרשענערט די מענטשן אָדער סצענעס. אָראָמע און רײַכע האָט מען געמאָלט רעאַליסטיש מיט אַלע פּיטשעווקעס, סײַ גוטע, סײַ שלעכטע. פֿאַר זיי איז געווען וויכטיק צו כאַפּן דאָס קאָלירפֿולע לעבן פֿון דער שטאָט.
משה נאַריד אין זײַן לענגערער פּאָעמע "ריווינגטאָן־סטריט" פֿרעגט רעטאָריש בײַם לייענער — "צי איך קען ריווינגטאָן־סטריט?" הײַנט וואָלט מען אים רויִק געקענט ענטפֿערן — ניין, ר׳ משה, איר קענט נישט ריווינגטאָן־סטריט! ווײַל דאָרט אויף דער באַוערי, צווישן סטאַנטאָן־גאַס און ריווינגטאָן האָט זיך די טעג געעפֿנט אַ היפּער־מאָדערנער מוזיי — "דער נײַער מוזיי פֿון הײַנטצײַטיקער קונסט". די איצטיקע איסט־סײַד איז נישט וואָס ס‘איז אַמאָל געווען און דאָס בויען פֿונעם מוזיי דאָרטן איז אַ סימן, אַז אַלע ליידיקע ערטער אין מאַנהעטן, וווּ זיי זאָלן זיך נישט געפֿינען, האָבן באַקומען אַ ווערט פֿאַר בויערס, ווי אויך טוריסטן.
לעאָניד פּאַסטערנאַק איז געווען דאָס זעקסטע קינד בײַ זײַן טאַטן, אַ באַלעבאָס פֿון אַן אַרײַנפֿאָר־הויז אויפֿן ראַנד פֿון אָדעס, יוסף פּאַסטערנאַק. לאה, זײַן מאַמע און די באָבע פֿונעם גרויסן רוסישן פּאָעט באָריס פּאַסטערנאַק, האָט קוים גערעדט רוסיש; שרײַבן און לייענען אויף דער שפּראַך האָט זי אין גאַנצן נישט געקאָנט. אָבער דאָס מיינט נאָך נישט, אַז זי איז געווען אַן אומגראַמאָטנע פֿרוי — איר שפּראַך איז געווען ייִדיש, דערצו האָט זי, ווי יעדע ייִדענע אין יענער צײַט, געקענט לייענען אַ תּפֿילה אויף לשון־קודש.
באַקאַנט פֿאַר זײַנע קאַריקאַטורן און קינדערביכער, האָט וויליאַם שטײַג (1907 — 2003) איבערגעלאָזט אַ קינסטלערישע ירושה, וואָס האָט געדעקט כּמעט דעם גאַנצן 20סטן יאָרהונדערט. זײַנע צייכענונגען האָבן צענדליקער טויזנטער געזען אויף די שער־בלעטער פֿונעם "ניו־יאָרקער"־זשורנאַל במשך פֿון 73 יאָר. זײַן קינדערביכל "שרעק" מיט זײַן טעקסט און בילדער, האָט האָליוווּד איבערגעמאַכט אויף איינעם פֿון די פּאָפּולערסטע אַנימירטע פֿילמען. די וואָך עפֿנט זיך אַן אַרומנעמיקע אויסשטעלונג פֿון שטײַגס ווערק אינעם "ייִדישן מוזיי" אין ניו־יאָרק.
עס איז אָקאָרשט אַרויס פֿון דרוק אַ פּרעכטיקער בילדער־אַלבאָם פֿונעם פֿאָלקס־קינסטלער, מאיר קירשענבלאַט. דאָס בוך נעמט אַרײַן צענדליקער קאָלירטע בילדער, וואָס באַמאָלן דאָס אַמאָליקע ייִדישע לעבן אין אַפּט, פּוילן, אַזוי ווי דער מאָלער האָט זיי פֿאָרגעדענקט. אָבער דאָס ווערק "They Called Me Mayer July" ["מ‘האָט מיך גערופֿן מאיר תּמוז"] שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ סך מער ווי אַ זאַמלונג מאָלערײַען, ווײַל אַ פּרטימדיקע פּערזענלעכע און עטנאָגראַפֿישע באַשרײַבונג פֿונעם שטעטל באַגלייט די בילדער און דערגאַנצט דעם לייענערס פֿאַרשטאַנד פֿונעם מאָלערס היימשטאָט.
אינעם ניו־יאָרקער "מעטראָפּאָליטאַן־מוזיי" קען מען איצט קומען אָנקוקן אַ וויכטיקע נײַע אויסשטעלונג — "די תּקופֿה פֿון רעמבראַנדט: האָלענדישע בילדער אינעם מעטראָפּאָליטאַנער קונסט־מוזיי". צום ערשטן מאָל קען מען הנאה האָבן מיט איין מאָל פֿון אַלע 228 האָלענדישע בילדער, ס‘רובֿ פֿון די 1600ער יאָרן, אין דער זאַמלונג פֿון דעם מוזיי. די בילדער ווערן אויך אויסגעשטעלט לכּבֿוד 400 יאָר נאָכן געבוירן ווערן פֿונעם מײַסטער־קינסטלער רעמבראַנדט וואַן רין (1606 — 1669), וועלכער האָט געוווינט אינעם ייִדישן קוואַרטאַל אין אַמסטערדאַם און האָט געמאָלן סײַ אָנפֿירנדיקע ייִדישע פּערזענלעכקייטן פֿון זײַן סבֿיבֿה, סײַ בילדער אויף אַ ביבלישער טעמאַטיק.
מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק איז אין מאָסקווע אַרויס אַ נײַע רוסישע אויסגאַבע פֿונעם ערשטן טייל פֿון שלום-עליכמס בוך "מאָטל פּייסי דעם חזנס", באַגלייט מיט פּרעכטיקע אילוסטראַציעס פֿונעם באַקאַנטן ייִדישן קינסטלער הערש אינגער. "מאָטל פּייסי דעם חזנס", די טראַגיש־קאָמישע מעשׂה וועגן אַ צען-יעריקן ייִנגל-יתום פֿון אַן אוקראַיִנישן שטעטל, איז איינס פֿון שלום־עליכמס בעסטע ווערק; דער ערשטער טייל פֿונעם בוך, וווּ מאָטלס משפּחה קלײַבט זיך צו עמיגרירן קיין אַמעריקע,
איינער פֿון די גרינדערס פֿון דער אימפּרעסיאָניסטישער באַוועגונג אין דער מאָלערײַ איז געווען דער ייִד, קאַמיל פּיסאַראָ (1830—1903). ער איז געבוירן געוואָרן מיטן נאָמען יעקבֿ אויפֿן קאַריבישן אינדזל, סאַנקט־טאָמאַס, וואָס האָט דעמאָלט געהערט צו דענמאַרק. זײַן טאַטע, פֿרעדעריק, אַ ספֿרדישער ייִד פֿון פֿראַנקרײַך, איז געקומען אויפֿן אינדזל צו העלפֿן זײַן מומע, אַן אַלמנה. זיי האָבן זיך פֿאַרליבט און געהאַט דרײַ קינדער צוזאַמען. די אָרטיקע ייִדישע קהילה האָט ערשט אָפֿיציעל אָנערקענט דעם זיווג מיט יאָרן שפּעטער.
מיט פֿערציק יאָר צוריק זענען זיך צונויפֿגעקומען הונדערטער טויזנטער יונגע־לײַט אינעם גרעסטן פּאַרק פֿון סאַן־פֿראַנציסקאָ צו פֿאַרברענגען מיט מוזיק, טענץ און אַנדערע פֿאָרשטעלונגען. אַ נאָמען האָט מען געגעבן דער שׂימחה — "אַ ליבע־פֿאַרברענגעניש" און די אונטערנעמונג איז געוואָרן אַ סימבאָלישער הויכפּונקט פֿון דער קולטור, וועלכע האָט זיך צעבליט אין דער שטורמישער תּקופֿה, וואָס מע רופֿט הײַנט פּשוט אָן מיט דער פֿראַזע — "די 1960ער יאָרן".
"In Celebration of David Bomberg", The Daniel Katz Gallery, 13 Old Bond St., London London Senses and Experiences — Ben Uri Gallery, London NW8 די "לאָנדאָנער שול" אין דער מאָדערנער ייִדישער קונסט איז ניט אַזוי באַקאַנט ווי די "שול פֿון פּאַריז", אָבער די צוויי אויסשטעלונגען, וועלכע קומען פֿאָר איצט אין לאָנדאָן, וועלן אפֿשר העלפֿן אויספֿילן דעם דאָזיקן בלויז.
לאָמיר תּיכּף־ומיד באַמערקן — מרדכי אַרדאָן, דער וועלט־באַרימטער ייִדישער קינסטלער, דער מײַסטער בחסד־עליון, איז אַ טײַערער פּשוטער ייִד — אַ ייִד מאַנשי שלומנו. געשטראַלט האָט פֿון אים אַ וואַרעמע און פֿאָלקסטימלעכע ייִדישע פּשטות. חכמה און פּיקחות האָט אין דעם ייִד געשטעקט — אַ תּענוג איז געווען מיט אים צו פֿאַרבינדן אַ שמועס. |
|


























קהילה־לעבן