קונסט
דזשאָרדזש גראָסז,

פֿרעד עב, וועלכער איז געשטאָרבן אין 2004, האָט געשריבן די טעקסטן צו באַקאַנטע בראָדוויי־לידער, צוזאַמען מיט זײַן שותּף, דער קאָמפּאָזיטאָר, דזשאַן קאַנ­דער. ער איז געבוירן געוואָרן אין 1933 און איז אויפֿגעוואַקסטן אין מאַנהעטן אין אַ ייִדישער היים. דאָס ליד "ניו־יאָרק, ניו־יאָרק", וואָס ווערט הײַנט געזונגען ווי דער אומאָפֿיציעלער הימן פֿון דער שטאָט, האָבן זיי ביידע געשאַפֿן, ווי אויך די לידער צום באַקאַנטן ספּעקטאַקל "קאַ­באַרעט". דער דאָזיקער מיוזיקל וועגן דעם דעקאַדענטישן לעבן אין בערלין אין דער צײַט פֿון דער ווײַמאַרער רעגירונג אין די 1920ער יאָרן, איז געבויט אויף די דערציילונגען פֿון קריסטאָפֿער אישערוווּד.

קונסט
פֿון רבֿקה שילער (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אָשר שאַרף איז צוריקגעפֿאָרן קיין אוזבעקיסטאַן צו די ערטער, וווּ ער האָט זיך געראַטעוועט

דער אַנומלטיקער דעביוט פֿון סלאַוואָמיר גרינבערג און ראָבערט פּאָדגורסקיס פֿילם "געראַטעוועט דורך דעפּאָרטירונג", וואָס האָט פֿריִער געשפּילט אין וואַשינגטאָן, אין דעצעמבער 2006, און לעצטנס אין ניו־יאָרק, איז וויכטיק אינעם קאָנטעקסט פֿון דער חורבן־געשיכטע און גבֿית־עדות פֿון דער זעלבער תּקופֿה. דאָס איז דאָס ערשטע מאָל, לויט פּאָדגורסקי, וווּ מען באַרירט אין אַ פֿילם די טעמע פֿון פּוילישע ייִדן, וועלכע זײַנען דעפּאָרטירט געוואָרן בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה קיין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.

קונסט
פֿון קאַטרין העלערשטיין (פֿילאַדעלפֿיע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
פֿון רעכטס: יחזקאל לאַזאַראָוו, מיכל בלאַנקשטיין, העלענאַ יאַראַלאָווא

צו אַלץ דאַרף מען האָבן מזל, אַפֿילו ווי אַזוי מען נעמט אויף דיך און דיינע שאַפֿונגען אין דײַן אייגן לאַנד. מיינען מיין איך דעם דראַמאַטורג יוסף בר־יוסף, וואָס די פּרעמיערע פֿון זײַן פּיעסע "דער גרויסער ים" איז איצט צו שטאַנד געקומען מיט אַ גאַנץ קליינעם דערפֿאָלג אין "קאַמרי"־טעאַטער.

קונסט
משה־לייב האַלפּערן

כאָטש משה־לייב האַלפּערן איז מער באַוווּסט פֿאַר זײַן נאָוואַטאָרישקייט און איראָניע אין דער מאָדערנער ייִדישער פּאָעזיע, איז ער אויך געווען אַ טאַלאַנטירטער מאָלער. ווי עס דערציילט זײַן זון יצחק (ייִנג), האָט משה־לייב האַלפּערן געצייכנט און געמאָלט פֿון די קינדער־יאָרן אָן, ווען ער איז געווען אַ לערן־ייִנגל בײַ אַ שילד־מאָלער אינעם גאַליצישן שטעטל זלאָטשעוו, און שפּעטער, ווי אַ בחור, בײַ אַ מיסחר־קינסטלער אין ווין. דאָס וואָס איז געבליבן פֿון האַלפּערנס קונסט, באַשטייט פֿון פֿאַרשיידענע גראַפֿיט־פּאָרטרעטן, אייל־געמעלן, און אַ צאָל אָביעקטן, געשאַפֿן אין אַן איראָנישן, מאָדערניסטישן "פֿאָלק"־נוסח.

קונסט
פֿון ג. יעקבֿי (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
בײַם טרינקען טיי, נוסח ענגליש

"קיין שום ייִדישע פֿרוי דאַרף מען ניט לערנען ווי צו מאַכן טיי אָדער קאַווע. דאָך, דאַרף מען זאָגן אַ פּאָר ווערטער וועגן דעם ענין. ס׳איז גוט צו וויסן, אַז אי טיי, אי קאַווע טאָר ניט פֿאַרקאָכן לאַנג. פֿונעם שטיין אַנטוויקלען זיך אַזוינע שעדלעכע מאַטעריאַלן ווי טעיִן און קאַפֿעיִן.

ווען די טיי פֿאַרקאָכט זיך גוט, דאַרף מען דעם סענץ אָפּציִען און האַלטן אים אין אַ ריין טשײַניקל. צושיטן טיי צו די אַלטע בלעטלעך איז זייער שלעכט, אי פֿאַרן געשמאַק, אי פֿאַרן געזונט."

דאָס פּינטעלע ייִדיש, קונסט
דער מצבֿה־קריצער (1928)

די "ייִוואָ"־פֿונדאַציע אין אַרגענטינע האָט אַרויסגעלאָזט אַ וווּנדערלעכן אַלבאָם פֿון די קונסטווערק פֿונעם מאָלער מאָריס מינקאָווסקי.

מאָריס מינקאָווסיק איז געבוירן געוואָרן אין וואַרשע אין 1881 בײַ אַ פֿאַרמעגלעכער משפּחה, אָבער בײַ פֿינף יאָר, צוליב אַן אומגליק־סיבה איז ער געבליבן טויב. זײַן טאַלאַנט פֿאַר קונסט האָט זיך אָבער אַנטוויקלט, בפֿרט פֿאַר צייכענונג און מאָלערײַ. פֿינף יאָר האָט ער שטודירט קונסט אין דער חשובֿער קראָקעווער קונסט־אַקאַדעמיע.

קונסט

״מײַן מעקסיקאַנער שבֿעה״
דער "ייִדישער מוזיי" און "די פֿילם־געזעלשאַפֿט בײַם לינקאָלן־צענטער" וועלן דורכפֿירן דעם 16טן ייִדישן פֿילם־פֿעסטיוואַל פֿונעם 10טן יאַנואַר ביזן 25סטן יאַנואַר. כּמעט אַלע פֿילמען וועט מען ווײַזן אינעם "וואָלטער־ריד"־קינאָ, 165 וועסט 65סטע גאַס אין מאַנהעטן. דאָס יאָר וועט דער פֿעסטיוואַל אַרײַננעמען צוויי וועלט־פּרעמיערעס, נײַן אַמעריקאַנער פּרעמיערעס און נײַן ניו־יאָרקער פּרעמיערעס. סך־הכּל וועט מען ווײַזן 31 פֿילמען און ווידעאָס, וועלכע שפּיגלען אָפּ דאָס ייִדישע קהילה־לעבן אין פֿאַרשיידענע לענדער ווי: קאַנאַדע, בעלגיע, פֿראַנקרײַך, דײַטשלאַנד, ענגלאַנד, ישׂראל, מעקסיקע, האָלאַנד, פּוילן, רומעניע, רוסלאַנד, שוועדן, שווייץ און די פֿאַראייניקטע שטאַטן. טייל פּרעמיערעס וועלן פֿאָרשטעלן די רעזשיסאָרן אַליין.

קונסט

אַ ייִדיש ייִנגלע

פּרײַטיק דעם 8טן דעצעמבער איז אַוועק פֿון דער וועלט, אין עלטער פֿון 86 יאָר, דער באַקאַנטער קינסטלער, און די לעצטע יאָרן אויך דיכטער, משה בערנשטיין.

ער איז אַוועק פֿון אונדז אומגעריכט, נאָך אַ פּלוצעמדיקער מאָגן־אָפּעראַציע — ווײַל מיט געציילטע טעג פֿריִער איז ער נאָך געווען מיט אונדז, אַזוי ווי יעדן מאָל, אויף דעם רעגולערן צוזאַמענטרעף פֿון דעם קולטור־קרײַז בײַם אַרבעטער־רינג אין תּל־אָבֿיבֿ. ער איז שוין אָבער אין יענע טעג געווען שטאַרק דערשלאָגן, צוליב זײַן שוואַכן געזונט און שלעכטער ראיה, וואָס האָבן אים נישט דערמעגלעכט מער אָנצוגיין מיט דער שאַפֿערישער שליחות, וואָס ער האָט אויף זיך גענומען אין זײַן קינסטלערישן באַרוף: דאָס פֿאַראייביקן אין זײַנע ווערק דעם זכר פֿון דעם גרויסן חורבן;

קונסט

איך טו, איך האָב, איך בין (1971)
דער קינסטלער שאול שטיינבערג (1914 —1991) איז גוט באַקאַנט דעם ברייטערן עולם, אַ דאַנק זײַנע צייכענונגען, וועלכע האָבן "אילומינירט" די הילעס פֿונעם ליטעראַרישן זשורנאַל "דער ניו־יאָרקער" מער ווי 50 יאָר. אָבער שטיינבערגס קונסט האָט אַרײַנגענומען אַ סך מער ווי זשורנאַל־הילעס; אויף דער אויסשטעלונג פֿון זײַנע ווערק אין דער ערשט־רעמאָנטירטער "מאָרגאַן־ביבליאָטעק און מוזיי" אין מאַנהעטן, קען מען זען ווי אָריגינעל און נאָוואַטאָריש עס זענען זײַנע צייכענונגען, קאָלאַזשן און אַנדערע ווערק.

קונסט
פֿון איסאַק ווײַנשעלבוים (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין די געראַמע זאַלן פֿונעם קווינס־צענטער (Central Queens YM & YWHA) זײַנען אַרויסגעשטעלט די קופּערנע אויסקריץ־ווערק פֿונעם באַקאַנטן קינסטלער, אימיגראַנט פֿון גרוזיע, רודאָלף ראָזענבלום. מיט די ווערק פֿון דעם זעלטענעם מײַסטער האָב איך זיך באַקאַנט מיט אַ יאָר דרײַצן צוריק, נאָך אין טביליסי. זיי האָבן סײַ פֿאַרחידושט און סײַ פֿאַרכּישופֿט. דעם חידוש האָט אַרויסגערופֿן דער פֿאַקט אַליין, אַז אויסגעקריצטע בילדער האָט מען געקאָנט דעמאָלט זען אויף שריט און טריט. דער מאַרק איז געווען פֿאַרפֿלייצט מיט פֿאַרשידענע אויסגעקריצטע קופּערנע מאַכערײַקעס. אַן אמתער פֿאַכמאַן, אַ קינסטלער האָט געדאַרפֿט האָבן אַ סך שעפֿערישע דרייסטקייט פֿאַרכאַפּט צו ווערן מיט דעם מין קונסט.

קונסט
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

Grigorii Inger. 
Moscow: Terevinf, 
2006, 343 p.
אין רוסלאַנד האָט זיך לעצטנס אויפֿגעוועקט אַן אינטערעס צו דער ייִדישער קונסט פֿון דער סאָוועטישער תּקופֿה. מען "אַנטדעקט" פֿון דאָס נײַ אַזעלכע באַקאַנטע נעמען ווי תּנחום קאַפּלאַן, מאיר אַקסעלראָד, הערש קראַווצאָוו, דמיטרי ליאָן, מענדל גאָרשמאַן, הערש אינגער. די אויסשטעלונגען און פּובליקאַציעס ווערן באַגלייט דורך אַנאָטירטע קיצורים, אין וועלכע די קינסטלער ווערן פֿאָרגעשטעלט ווי "אומבאַקאַנטע", אָדער "פֿאַרגעסענע" נעמען. אין צווישן, וואַרט דער פֿענאָמען פֿון דער סאָוועטיש־ייִדישער קונסט אויף אַן ערנסטן פֿאָרשער, וועלכער וועט זײַן בכּוח צו באַגרײַפֿן און אַנאַליזירן די רײַכע און פֿילזײַטיקע ירושה פֿון רוסיש־ייִדישע קינסטלער פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט.

קונסט
פֿון וועראַ טשײַקאָווסקײַאַ (מאָסקווע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
חסידים

אין מאָסקווע איז לעצטנס דורכגעגאַנגען די אויסשטעלונג פֿון מאָדערנע ייִדישע מאָלער — "אַן אַנדער קונסט. יום־טובֿים". אַ בכּבֿודיק אָרט אויף דער עקספּאָזיציע האָבן פֿאַרנומען די פֿריִיִקע בילדער פֿונעם מאָלער מיכאל יאַכילעוויטש. דווקא אָט די בילדער האָבן צוגעצויגן מײַן אויפֿמערק, מעגלעך, ווײַל זיי שאַפֿן עפּעס אַן אַנדער אימאַזש פֿונעם מאָלער, אין פֿאַרגלײַך מיט דעם, וואָס כ'האָב געזען אויף דער אויסשטעלונג "אַן אַלגעמיינע העפֿט", וואָס איז צו שטאַנד געקומען דעם ווינטער אינעם מאָסקווער קונסט־מוזיי (פּערזענלעכע קאָלעקציעס).

דעם אמת געזאָגט, האָט מיך פֿאַרחידושט דער נאָמען פֿון דער אויסשטעלונג — "אַן אַנדער קונסט".