User loginSearch |
מיר איז צופֿעליק אַרײַנגעפֿאַלן אין די הענט דאָס בוך פֿון אירין איבר (Eren Eber), אַ פּראָפֿעסאָרין פֿון דעם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים. די דאָזיקע מאָנאָגראַפֿישע פֿאָרשונג אירע הייסט Chinese and Jews: Encounters Between Cultures (כינעזער און ייִדן: באַגעגענישן צווישן קולטורן). דאָס בוך איז אַרויס אין יאָר 2008, און איך האָב זיך אויף אים אָנגעשטויסן, זוכנדיק אין אינטערנעץ קוואַלן וועגן דעם סאָוועטיש-ייִדישן שרײַבער און לאַנגיאָריקן "פֿאָרווערטס"-קאָרעספּאָנדענט אין מאָסקווע זלמן ווענדראָף (וועגן אים האָב איך שוין אַ פּאָר מאָל געשריבן אין "פֿאָרווערטס" און קלײַב איצט צונויף מאַטעריאַלן פֿאַר אַן אַקאַדעמישער פּובליקאַציע).
עס איז מסתּמא ניטאָ קיין אַנדער בײַשפּיל פֿון צוויי שפּראַכן, וואָס זאָלן זײַן אַזוי נאָענט און, אין דער זעלבער צײַט, אַזוי ווײַט איינע פֿון דער אַנדערער, ווי ייִדיש און דײַטש. אין פֿאַרשידענע תּקופֿות זײַנען די קעגנזײַטיקע צווישנבאַציִונגען געווען פֿרײַנדלעך אָדער גאָר פֿײַנטלעך, אָבער אַלע מאָל קאָמפּליצירט. דאָס זאַמלבוך "צווישן צוויי וועלטן׃ באַגעגענישן צווישן ייִדיש און דײַטש", וואָס איז אַרויס אין דער סעריע "סטודיאַ ראָזענטאַליאַנאַ" איז אַ פּרוּוו צו באַהאַנדלען דעם דאָזיקן קאָמפּליצירטן ענין פֿון פֿאַרשידענע שטאַנדפּונקטן.
איך האָב פֿאַר אײַך אַ גוטע נײַעס: די כעלעמער חכמים האָבן אָנגעהויבן רעדן רומעניש. ווי אַזוי? אַנטאָן און אַרינאַ טשעלאַרו, וואָס האָבן הײַיאָר אַרויסגעלאָזט אין בוקאַרעשט דעם בוך "טרוימער פֿון כעלעם", האָבן זיי געהאָלפֿן אין דעם. די איבערזעצערס פֿונעם בוך האָבן נישט פּשוט איבערגעזעצט פֿון ייִדיש אויף רומעניש די פּערל פֿון ייִדישן פֿאָלקלאָר, נאָר אויך געמאַכט זייער אייגענע באַאַרבעטונג פֿון די פֿאַרשפּרייטע וויצן און מעשׂיות, איבערדערציילט זיי אויף אַן אייגנאַרטיקער שפּראַך, אין נוסח פֿונעם רומענישן פֿאָלקלאָר וועגן די צוויי טשודאַקעס טינדאַלע און פּעקאַלע, וואָס האָבן אַזוי ליב געהאַט זיך קלוג נאַריש צו מאַכן.
אַבֿינועם י. פּאַט איז אַ פּראָפֿעסאָר פֿון מאָדערנער ייִדישער געשיכטע אין אוניווערסיטעט פֿון האַרטפֿאָרד. ער האָט לעצטנס פֿאַרעפֿנטלעכט אַ בוך מיטן נאָמען:
Finding Home and Homeland:
דאָס בוך האָט צו טאָן מיט דער שארית־הפּליטה, די די־פּי־לאַגערן און דעם ווידערגעבורט פֿון ציוניזם צווישן דער געראַטעוועטער יוגנט אין די די־פּי־לאַגערן. אין דער אמתן זײַנען יענע פֿינף יאָר גלײַך נאָך דער מלחמה שטאַרק נישט באַקאַנט דעם דורכשניטלעכן ייִדישן עולם אין אַמעריקע און דעם ייִדנטום אין דער גאָרער וועלט, שוין אָפּגערעדט פֿונעם נישט־ייִדישן עולם. איך האָב ערשט הײַנט געלייענט אין 'New York Times,’ פֿון סעפּטעמבער 7, 2009, אַז דער פּויפּסט בענעדיקט דער זעכצנטער האָט געהאַלטן אַ רעדע אין וואַרשע אָפּצומערקן זיבעציק יאָר נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה אונטערן טיטל: "די טראַגעדיע פֿונעם האָלאָקאָסט," וווּ ער באַוויינט די מיליאָנען קרבנות, דער עיקר פּאָליאַקן, נישט דערמאָנענדיק מיט קיין וואָרט וועגן די ייִדן. די רעדע איז געווען אַ באַשטעטיקונג פֿון זײַן אַנטיסעמיטיש־אײַנגעבאַקענעם אָדער.
אין זײַנע זכרונות דערציילט עמיל דרייצער, פּראָפֿעסאָר פֿון רוסיש אין האַנטער־קאָלעדזש אין ניו־יאָרק, וועגן זײַנע שול־יאָרן אין אָדעס גלײַך נאָך דער מלחמה. דאָס בוך הייבט זיך אָן מיט דעם צוריקקומען פֿון דער משפּחה פֿון דער עוואַקואַציע, אין 1945, און ענדיקט זיך מיט סטאַלינס טויט, אין 1953. געוויינטלעך, ווען מען טראַכט וועגן דער דאָזיקער תּקופֿה אין דער סאָוועטיש־ייִדישער געשיכטע, דערמאָנט מען די אַנטיסעמיטישע רדיפֿות, דעם מאָרד פֿון שלמה מיכאָעלס, די קאַמפּאַניע קעגן קאָסמאָפּאָליטן, דעם 12טן אויגוסט.
"ניצחון אינעם דורכפֿאַל" — אַזוי הייסט דאָס בוך מעמואַרן פֿון פּראָפֿ׳ גרשון ווײַנער ע״ה, וואָס האָט נישט לאַנג צוריק דערזען די ליכטיקע שײַן אין ענגליש אין ירושלים. פּרקים פֿון גרשון ווײַנערס (1922—2003) אויטאָביאָגראַפֿישע נאָטיצן, וואָס ער האָט געשריבן אין די לעצטע יאָרן פֿון זײַן לעבן, זײַנען צונויפֿגעזאַמלט געוואָרן פֿון זײַן אַלמנה נחמה און זײַנע טעכטער און אַרויסגעגעבן געוואָרן אין אַ בוך־פֿאָרעם 6 יאָר נאָך זײַן פּטירה.
דאָס נײַע זאַמלבוך פֿון נאָוועלן פֿונעם עסטרײַכישן שרײַבער ראָבערט מענאַסע טראָגט אַ טשיקאַווע אונטערקעפּל׃ "דערציילונגען פֿונעם סוף פֿון נאָכמלחמהדיקער אָרדענונג". מענאַסע האָט זיך קונה־שם געווען מיט זײַן איראָנישן און צומאָל סאַרקאַסטישן ליטעראַרישן קול, וואָס איז געווען כאַראַקטעריסטיש פֿאַר די עסטרײַכישע ליטעראַטן פֿון ייִדישן אָפּשטאַם פֿאַרן חורבן. זײַן נײַ בוך נעמט אַרײַן דרײַצן נאָוועלן, וועלכע באַרירן דעם פּראָבלעמאַטישן מצבֿ פֿון אַ יחיד, וואָס שטייט פּנים־אל־פּנים מיט היסטאָרישע געשעענישן.
די פֿאָרשער פֿון דער ייִדישער קולטור באַהאַנדלען כּסדר דעם סימביאָז צווישן ייִדיש און לשון־קודש, אָפֿט פֿאַרגעסנדיק אונדזער דריטע שפּראַך — אַראַמיש, לשון-תּרגום. למשל, קיינער האָט נאָך נישט צונויפֿגעשטעלט אַ סיסטעמאַטישן קאָרפּוס פֿון "תּרגומישער" נגינה און פּאָעזיע, הגם אַ צאָל אַראַמישע לידער זענען באַקאַנט יעדן ייִדיש קינד. אין דער אמתן, דווקא דער עקזאָטישער קאָלאָריט, פֿאַרבונדן מיט קבלה און למדנות, גיט דעם תּרגום־לשון אַ באַזונדערן פּאָעטישן, מיסטישן און אַפֿילו ראַדיקאַלן טעם.
דער נאָמען פֿונעם האָלענדיש־ייִדישן מחבר לעאָן דע ווינטער איז קוים באַקאַנט אין דער ענגליש־רעדנדיקער וועלט, הגם אין האָלאַנד און אין דײַטשלאַנד געהערט ער צו די סאַמע באַרימטע הײַנטיקע שרײַבער און פּובליציסטן, וואָס שרײַבן אויף ייִדישע טעמעס. ער האָט זיך קונה־שם געווען ווי אַ הייסער שטיצער פֿון ישׂראל און אַ פֿאַרטיידיקער פֿון די ווערטן פֿון דער מערבֿדיקער ציוויליזאַציע קעגן דער איסלאַמישער סכּנה. דע ווינטערס נײַע ווערק ווערן כּסדר תּיכּף איבערגעזעצט פֿון האָלענדיש אויף דײַטש און פּראָוואָצירן אָפֿטמאָל שאַרפֿע דעבאַטן אין דער דײַטשישער פּרעסע.
די צוויי בענד זײַנען כּולל דעם אויסקלײַב פֿון דער אַרומנעמיקער פּובליציסטיק פֿון יצחק לודען, וואָס זײַן נאָמען נייטיקט זיך ניט אין קיין פּרעזענטאַציע פֿאַרן ייִדיש־רעדנדיקן עולם. די זאַמלונגען שפּיגלען אָפּ דעם מחברס פֿילזײַטיקע אינטערעסן — פֿון די אַקטועלע פּאָליטישע ענינים ביז קריטישע אָפּשאַצונגען, זכרונות און פֿילאָסאָפֿישע עסייען. דאָס איז אַ ממשותדיקער ספֿר דבֿרי־הימים פֿון דעם פֿאַרגאַנגענעם האַלבן יאָרהונדערט אינעם לעבן פֿון ייִדישן פֿאָלק. |
|
























קהילה־לעבן