User login |
דער הויפּט-ציל פֿון דער גרופּע איז צו באַנײַען די ייִדישע לינקע קולטור אויף ייִדיש. אָבער זיי טוען דאָס ניט דורך סתּם זינגען די אַלטע ייִדישע לידער פֿון דעם סאָרט, נאָר דורך אַנטוויקלען ווײַטער די דאָזיקע קולטור. אויפֿן יסוד פֿון אַ פֿאָלקסטימלעכן סטיל פֿון די מעלאָדיעס, געשפּילט אויף אַ האַרמאָשקע און אַ קליינטשיקן סטרונע-אינסטרומענט (אַ מין יוקאַלעלי געמאַכט פֿון אַ פּאָרטציגאַר), מישן זיי אַרײַן מער מאָדערנע מוזיק-סטילן, ווי ראַפּ און ראָק. זייער לידער-גאַנג באַשטייט פֿון אָריגינעלע באַאַרבעטונגען פֿון באַקאַנטע און ווייניקער-באַקאַנטע לידער אויף אַ שאַרף־קאָמישן און מאָדערנעם אופֿן, נוסח ברעכט.
"קאַרמען", די אָפּערע פֿון פֿראַנצויזישן קאָמפּאָזיטאָר זשאָרזש ביזע, איז איינע פֿון די פּאָפּולערסטע אָפּערע־ווערק אין דער געשיכטע פֿון מוזיק (און אפֿשר די סאַמע פּאָפּולערסטע). אַזוי איז די סיטואַציע הײַנט־צו־טאָג. אַ קאַפּיטשקע אַנדערש האָט די געשיכטע אויסגעזען אין יאַנואַר 1875, ווען נאָך דער פּרעמיערע האָט דער שאָקירטער באַלעבאַטישער עולם "אָפּגעדאַנקט" דעם ספּעקטאַקל מיט קנאַפּע אַפּלאָדיסמענטן. צו מאָרגנס, נאָך דער פּרעמיערע, האָבן אַ טייל מוזיק־מבֿינים שאַרף קריטיקירט די אָפּערע. די "שאַרפֿע קעפּ" פֿון דער באַלעבאַטישער קריטיק האָבן די אָפּערע "קאַרמען" געפּסלט!... וואָס איז געווען די סיבה פֿון דער נעגאַטיווער אָפּשאַצונג פֿונעם מוזיקאַלישן ווערק פֿון ביזע? שאָקירט האָט די באַזוכער קודם־כּל די געשטאַלט פֿון דער פֿרוי קאַרמען, וואָס זינגט די הויפּטראָלע. די קריטיק, וואָס האָט געפֿורעמט דעם בירגערלעכן געשמאַק, האָט געפּסקנט — "קאַרמען" טראָגט נישט קיין מאָראַלישן כאַראַקטער... די רייד פֿון דער קריטיק האָבן נישט געשטערט, אַז די אָפּערע "קאַרמען" איז אין די ערשטע דרײַ חדשים געגאַנגען אַריבער דרײַסיק מאָל, און גלײַך אַריבער אויף אַ בינע אין ווין און אין דער וועלט.
דעם האַרבסט שטעלט פֿאָר די "צדיק"־מוזיק־פֿירמע פֿון ניו־יאָרק דעם פֿעסטיוואַל פֿון "ראַדיקאַלער ייִדישער קולטור". יעדן מיטוואָך, פֿון סעפּטעמבער ביז סוף דעצעמבער, טרעט אויף אַן אַנדער גרופּע אין דער "6סטע גאַס־שיל" אין מאַנהעטן, וווּ דער רבֿ איז דער באַקאַנטער קלאַרנעטיסט גרעג וואָל. הרבֿ וואָל שפּילט יאָרן לאַנג אין דער ייִדישער דזשעז־גרופּע "די שפּעטע נבֿיאים", און פֿאַרנעמט אַן אָנגעזעען אָרט אין דער אַזוי־גערופֿענער "ראַדיקאַלער ייִדישער מוזיק"־באַוועגונג אין ניו־יאָרק. אַן אָרטאָדאָקסישער רבֿ איז וואָל געוואָרן ערשט נאָך דעם, ווי ער האָט יאָרן לאַנג געפֿאָרשט זײַן ייִדישקייט דורך מוזיק.
דאַכט זיך, ערשט נעכטן איז עס געווען: אויפֿן רעפּובליקאַנער פֿאַרמעסט פֿון יונגע מוזיקער, אין וועלכן עס האָבן זיך באַטייליקט די גראַדואַנטן און סטודענטן פֿון דער מאָלדאַווישער קאָנסערוואַטאָריע און דער ספּעציעלער מוזיקאַלישער מיטלשול פֿאַר טאַלאַנטירטע קינדער, האָב איך צום ערשטן מאָל געהערט שפּילן דעם תּלמיד פֿון דער שול, דעם יונגן פֿידלער נאַום כאָש. מיט זײַן רײַפֿן טאַלאַנט, טעכניק און טיפֿער באַטראַכטקייט האָט ער זיך אויסגעטיילט צווישן די אַנדערע קאָנקורסאַנטן. דעמאָלט האָט כאָש געוווּנען דעם צווייטן פּריז, און זײַן אויפֿטריט איז באַמערקט געוואָרן אין די מוזיקאַלישע קרײַזן פֿון דער קרוינשטאָט. געבוירן געוואָרן איז נאַום אין קעשענעוו אין דער משפּחה פֿון אַ בויער־אינזשעניר און לערערקע פֿון געאָגראַפֿיע און געשיכטע. דעם נאָמען האָט ער געירשנט פֿון אַ קרובֿ, אים אויף לענגערע יאָר, אַ קרבן פֿונעם קעשענעווער פּאָגראָם אין 1903. זײַנע עלטערן, ווי אויך אַנדערע טאַטע־מאַמעס אין יענע יאָרן, האָבן געטרוימט, אַז זייער זון זאָל באַקומען אַ מוזיקאַלישע דערציִונג און האָבן אים אָפּגעגעבן אין דער מוזיק־שול ער זאָל זיך לערנען שפּילן פֿידל. נאַום איז אַרײַנגעפֿאַלן אין גוטע הענט; דער פֿידל־לערער עמנואל צינמאַן האָט געשמט מיט זײַן דערפֿאַרונג פֿון אַ געניטן פּעדאַגאָג. ער האָט באַלד דערזען אינעם ייִנגעלע אַ באַזונדערע פֿעיִקייט צו מוזיק און שוין ווײַטער נישט געצווייפֿלט, אַז נאַומס לעבנס־וועג וועט זײַן פֿאַרבינדן מיט דער קאַריערע פֿון אַ מוזיקער.
קלעזמער־מוזיק איז, במשך פֿון די לעצטע דרײַסיק יאָר, געגאַנגען אין פֿאַרשיידענע ריכטונגען — דזשעז, רעגיי, אַמעריקאַנער "בלוגראַס", ווי אויך געמאַכט אַ סינטעז מיט קלאַסישער מוזיק. אינעם נײַעם קאָמפּאַקטל — "קלעזמער-שיל" — פֿון דער סאַן־פֿראַנציסקער טריאָ־גרופּע "ווערעצקי־פּאַס", הערט מען די השפּעה סײַ פֿון דער קלאַסישער מוזיק, סײַ פֿון דזשעז, סײַ פֿון טראַדיציאָנעלער קלעזמער־מוזיק און פֿאָלקסמוזיק. די גרופּע רופֿט אָן די שאַפֿונג "אַ טאָן־פּאָעמע". לויט דער געוויינטלעכער דעפֿיניציע פֿון דעם זשאַנער, איז די קאָמפּאָזיציע געשאַפֿן פֿאַר אַן אָרקעסטער און איז אינספּירירט פֿון אַ "טעקסט"; עס מעג זײַן אַ פֿאָלקס־מעשׂה, אַ ליד, אַ בילד און, אינעם פֿאַל פֿון "קלעזמער־שיל" באַשטייט דער "טעקסט פֿון די ייִדישע תּפֿילות" בײַם דאַוונען. אָבער, להיפּוך צו די תּפֿילות אין שיל, וויל "קלעזמער־שיל" באַרירן דעם צוהערער נאָר דורך מוזיק, אָן קיין שום ווערטער. קיין בעל־תּפֿילה וועט מען דאָ נישט הערן. די דאָזיקע "טאָן־פּאָעמע" ווערט צעטיילט אין פֿיר מוזיקאַלישע באַוועגונגען, וואָס ווערן ווײַטער אײַנגעטיילט אין 23 קלענערע אָפּטיילן. "אונדזער ערשטער געדאַנק בײַם שאַפֿן דאָס ווערק איז געווען צו געבן דעם צוהערער אַן עמאָציאָנעלע איבערלעבונג ווי בײַם דאַוונען אין שיל", שרײַבן זיי; און זיי האָבן איבערגעטײַטשט דאָס דאַוונען, ניצנדיק פֿאַרשיידענע מוזיקאַלישע וואָקאַבולאַרן, וואָס האָבן עפּעס אַ שײַכות צו דער קלעזמער־מוזיק, און צו קלעזמאָרים. פּונקט ווי אַ טייל חסידישע ניגונים ווערן "געליגן" פֿון וועלטלעכע און אַפֿילו גוייִשע קוואַלן און ווערן מיט דער צײַט "געהייליקט" דורך זייער געזאַנג בײַ חסידים, אַזוי האָט די גרופּע אויך געהאַלטן, אַז מע מעג נעמען פֿון פֿרעמדע אוצרות, און דורך דעם אַרײַנפֿלעכטן די "פֿרעמדע" מוזיק אין אַזאַ ייִדישער רוחניותדיקער שאַפֿונג, וואָס מאַכט זי הייליק.
זעט אויס, אַז שפּילן מעטאַל־מוזיק און לערנען ייִדיש איז אַ מין ליבע וואָס ווערט אַלץ וואַרעמער און וואַרעמער. אפֿשר דערפֿאַר, ווײַל ביידע וועקן זיי סענטימענטאַלע געפֿילן און ביידע ווערן גערעכנט ווי אַ שטיף-קינד אין פֿאַרגלײַך מיט "ייִחוסדיקע" זשאַנערס און שפּראַכן: למשל, מיט דער קלאַסישער מוזיק (אָדער מיטן הויפּט־שטראָמיקן "ראָקל-און-ראָל") און מיט דער העברעיִשער אָדער דײַטשישער שפּראַך. צוריק געשמועסט, מאַכט עס דאָך ניט אויס, ווײַל וויכטיקער איז דער גאָר אינטערעסאַנטער קינסטלערישער רעזולטאַט פֿון אָט דעם סינטעז. שוועדן איז אַ לאַנד אין אַ ראַיאָן וואָס איז באַרימט פֿאַר זײַנע מעטאַל־טעטיקייטן. דער קאַנאַדער פֿילם-מאַכער סעם דאַן באַזוכט נאָרוועגיע אין זײַן באַרימטן דאָקומענטאַרישן פֿילם וועגן מעטאַל-מוזיק ("מעטאַל: אַ קאָפּשלאָגערס רײַזע", פֿון 2005), און ווײַזט די אָרטיקע סצענע פֿון שוואַרץ-מעטאַל. לויטן פֿילם און בפֿרט לויט אַ קורצן המשך-פֿילם זײַנעם, וואָס באַהאַנדלט די זעלבע טעמע, ווײַזט ער, אַז אַחוץ דעם שוואַרץ-מעטאַל מיט זײַנע טיפּיש טײַוולאָנישע מאָטיוון, איז פֿאַראַן גאָר אַ בליִענדיקע סצענע דאָרטן פֿון אַן אַנדער סאָרט שווערן מעטאַל. דער מין שווער-מעטאַל באַשעפֿטיקט זיך דווקא מיט דער אַלטער סקאַנדינאַווישער מיטאָלאָגיע, און ער איז מער פֿאָלקיסטיש געשטימט און מעלאָדיש. די גרופּע "דיבוקים" פֿון שוועדן, וואָס זינגט אויף ייִדיש, געהערט מער צו דעם צווייטן סטיל. די מיטאָלאָגיע איז אין דעם פֿאַל די ייִדישע שפּראַך און דאָס מיזרח-אייראָפּעיִשע ייִדישע לעבן. סע שאַדט פֿאַרשטייט זיך אויכעט נישט, אַז מע האַלט ייִדיש ווי אַן אָפֿיציעלע שפּראַך אין שוועדן שוין זינט אַפּריל 2000 (זע: שׂרה-רחל שעכטער, סעפּטעמבער 2, 2011).
מיט אירע הויכע עלעקטרישע גיטאַר־קלאַנגען, און די שוואַרצע קאָסטיומען פֿון די מוזיקער, איז די ראָק־און־ראָל־מוזיק, וואָס רופֿט זיך "אינדוסטריעלער מעטאַל", געוויינטלעך נישט באַטראַכט ווי ייִדישלעך. אין ישׂראל, אָבער, שפּילט די אינדוסטריעלע־מעטאַל־גרופּע "געוואָלט" (Gevolt), און זי זינגט אויף ייִדיש! אָבער דאָ שטעלט זיך אַ פֿראַגע: צי מאַכן זיי חוזק, אָדער — צי איז דאָס אַן ערנסטער פּרוּוו אויפֿצופֿרישן אַלטע ייִדישע "שלאַגערס", און אַזוי אַרום ווערן די פּיאָנערן פֿון "ייִדיש־מעטאַל"? עס זעט אויס, אַז "געוואָלט" נעמט זייער ערנסט דעם פּראָיעקט צו אַנטוויקלען אַ "ייִדישע מעטאַל"־מוזיק און האָט לעצטנס אַרויסגעגעבן איר ערשט קאָמפּאַקטל אויף מאַמע־לשון: "אַלף־בית". דאָס איז, בסך־הכּל, איר צווייטע רעקאָרדירונג. די ערשטע איז אַרויס מיט פֿינף יאָר צוריק אויף רוסיש. דער קלאַנג פֿון דער גרופּע איז אַ רעשיקער, אָבער דאָך, מעלאָדיש, און עס דערמאָנט אין דער דערפֿאָלגרײַכער דײַטשישער אינדוסטריעל־מעטאַלענער גרופּע "ראַמשטײַן", מיט איר ספּעציפֿישן עלעקטראָניש־מעטאַלענעם סטיל, און בפֿרט — מיטן געזאַנג. דאָס קול פֿון אַנאַטאָלי באָנדער פֿון דער גרופּע "געוואָלט" קלינגט זייער ענלעך צו דעם קול פֿון טיל לינדעמאַנס — דער הויפּט־זינגער פֿון "ראַמשטײַן"; די גרופּע, וואָס האָט זיך באַרימט געמאַכט מיט לידער ווי: "דו האַסט", "אַמעריקאַ" און "מוטער". די לעצטע שורות פֿון ראַמשטיינס "מוטער" זענען (איבערגעזעצט פֿון דײַטש אויף ייִדיש):
דעם צענטן יולי פּלאַנירט דער חב״ד־צענטער אין באַסקינג־רידזש, שטאַט ניו־דזשערזי, דורכצופֿירן דעם צווייטן יערלעכן פֿעסטיוואַל פֿון ייִדישער מוזיק און קונסט. די אָרגאַניזאַטאָרן גיבן איבער, אַז אין דער פּראָגראַם וועלן זיך באַטייליקן פֿיר גרופּעס, וועלכע וועלן שפּילן אַ געמיש פֿון ראָק, דזשאַז, רעגיי, רעפּ, לאַטײַן־אַמעריקאַנער מעלאָדיעס און טראַדיציאָנעלע חסידישע ניגונים. פֿאַר די ליובאַוויטשער חסידים איז אַזאַ ברייטער פֿאַרנעם פֿון פֿאַרשיידענע מוזיקאַלישע זשאַנערן נישט קיין גרויסער חידוש. אַ סך אַמעריקאַנער טעלעוויזיע־ און ראַדיאָ־צוהערער זענען שוין באַקאַנט מיט דעם חסידישן רעגיי־זינגער מעטיו מילער, באַקאַנט ווי מתּתיהו, וועלכער האָט לאַנג געהערט צו דער ליובאַוויטשער באַוועגונג, הגם לעצטס האָט ער זיך דערנענטערט צו די קאַרלין־סטאָלינער חסידים. אַן אַנדער אינטערעסאַנטער מוסטער פֿון ליובאַוויטשער מוזיק איז דער דיסק "יעלה" פֿון דער אַמעריקאַנער־געבוירענער ישׂראלדיקער זינגערין שיינע עטעל, וועלכע זינגט די טראַדיציאָנעלע חב״ד־ניגונים מיט אַ וווּנדערלעכן מיסטישן טאָן, וואָס דערמאָנט אין די לידער פֿון דער באַקאַנטער אירלענדישער זינגערין עניִאַ און די קעלטישע פֿאָלקס־לידער. אַ טייל אַנדערע חסידישע גרופּעס באַציִען זיך צו מוזיק מער קאָנסערוואַטיוו. מיט דרײַ חדשים צוריק, האָט די אָרטאָדאָקסישע וועבזײַט "וואָס איז נײַעס" איבערגעדרוקט אַן אַרטיקל פֿונעם ענגלישן "פֿאָרווערטס" וועגן די באַציִונגען צווישן די פֿרומע קהילה־פֿירער און ליפּע שמעלצער — אַ סקווערער חסיד, וועלכער זינגט אויף אַ געשמאַקן היימישן ייִדיש, און באַנוצט זיך אין זײַן רעפּערטואַר אויך מיט כּלערליי זשאַנערס; למשל, אין זײַן לעצטן אַלבאָם זענען אַרײַן לידער מיט אַ קלאָרער השפּעה פֿון דער פּאָפּולערער זינגערין ליידי גאַגאַ. די מנהיגים פֿון די סקווערער, סאַטמאַרער און אַנדערע מינים שטרענגע חסידים זענען אָבער שטאַרק אומצופֿרידן מיט שמעלצערס שעפֿערישקייט און פּרוּוון כּסדר צו פֿאַרווערן זײַן מוזיק ווי "צו מאָדערנע". למעשׂה, אָבער, זענען זײַנע לידער ברייט פֿאַרשפּרייט צווישן אַלע שיכטן חסידים.
ווען איינער באַקלאָגט זיך צו מיר, אַז די הײַנטיקע קלעזמער־באַוועגונג דערפֿירט נישט צו קיין ייִדישן קולטור־תּכלית, דאָס הייסט, אַז די נײַע קלעזמאָרים לערנען זיך נאָר אויס אַ פּאָר ייִדישע לידער, דוינעס און פֿריילעכס, אָבער נישט די ייִדישע שפּראַך, ברענג איך זיי אַקעגן אַ משל: דעם יונגן־מאַן בנימין פֿאָקס־ראָזען. ער שטאַמט פֿון דײַטשע ייִדן, פֿון אַ רעפֿאָרם־ייִדישער משפּחה אין לאָס־אַנדזשעלעס, און קיין ייִדיש וואָרט האָט ער נישט געהערט אין דער היים. הײַנט זינגט פֿאָקס־ראָזען ייִדישע לידער אויף פֿעסטיוואַלן. אָבער, מער וויכטיק — ער לערנט זיך ייִדיש אין דער ווילנער זומער־פּראָגראַם צום צווייטן יאָר, וווּ ער איז אויך דער געזאַנג־לערער.
די צוויי חיפֿהער מוזיקער איתּי אַלתּר און אורית פּערלמאַן האָבן אַרויסגעלאָזט אַ נײַ קאָמפּאַקטל פֿון ייִדישע לידער מיטן נאָמען "אָט אַזוי!". די רעקאָרדירונג שפּיגלט אָפּ די מוזיקאַלישע אינטערעסן פֿון די צוויי מוזיקער — דזשעז, חזנות און פאָלקסליד. די זינגערין פּערלמאַן דערציילט: "ווען איתּי אַלתּר און איך האָבן אַנטדעקט אונדזער בשותּפֿותדיקע ליבשאַפֿט צו ייִדיש, האָט זיך אונדזער נסיעה אָנגעהויבן. נאָך דעם ווי מיר האָבן איבערגעקוקט אַ סך לידער, האָבן מיר אויסגעקליבן נאָר די, וואָס האָבן אונדז צוגעצויגן מיט זייער אוראַלטן ייִחוס. זיי האָבן עפּעס טיפֿס אָנגערירט בײַ אונדז". אורית פּערלמאַן האָט גראַדויִרט פֿון דער חזנות־פּראָגראַם אינעם "העברעיִשן יוניאָן־קאָלעדזש" פֿאַר ישׂראלדיקע סאָליסטן. זי איז געווען אַ חזנטע אין פֿאַרשיידענע שילן און סינאַגאָגעס אין ישׂראל און אַמעריקע. דרײַ מאָל האָט זי געוווּנען אַ "שלשלת"־פּריז פֿאַר נײַער חזנישער מוזיק. זי האָט אויך געלערנט וואַרשטאַטן אויף אַזוינע טעמעס ווי "שלום־עליכם און מײַן מלאך", וועגן דעם שאַפֿן פּערזענלעכע תּפֿילות אינספּירירט פֿון עלטערע ייִדישע טראַדיציעס און דער מאָדערנער העברעיִשער פּאָעזיע.
ס’ווײַזן זיך שוין די ערשטע סימנים פֿון סוף זומער? אָדער ס’ווילט זיך שוין זען זיי? ווי ס’זאָל נישט זײַן — דער סוף פֿון זומער זאָגט אָן אַ סך אָנהייבן. איינער פֿון זיי איז די מעלדונג, אַז דער סימפֿאָנישער אָרקעסטער פֿון ראשון־לציון הייבט אָן דעם סעזאָן מיט אַ הויכפּונקט: די סימפֿאָניע נומער 2 "התּחיה", פֿון גוסטאַוו מאַלער; און דיריגירן וועט זי דער יונגער סטאַבילער קונסט־דירעקטאָר פֿון אָרקעסטער, דן עטינגער. מאַלער געניסט בײַ אונדז אין ישׂראל פֿון גרויס פּאָפּולאַריטעט: מ’שפּילט מאַלערן אָפֿט און אומעטום. און מע פֿירט אויף אין טעאַטער מאַלערן;
יעדער מענטש האָט זײַנע חסרונות. למשל, איך געהער ניט צו ליבהאָבער פֿון דזשאַז. אַ ביסל דזשאַז קען איך נאָך אויסהאַלטן, אָבער אָפּזיצן אַ גאַנצן קאָנצערט וואָלט פֿאַר מיר געווען אַ שווערע אָפּקומעניש. דאָך דער נאָמען פֿון עדי ראָזנער (1976—1910), אַ צענטראַלע פֿיגור אין דער סאָוועטישער דזשאַז־געשיכטע, איז מיר, פֿאַרשטייט זיך, גוט באַקאַנט. צו לעבן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און ניט הערן וועגן עדי ראָזנערן איז געווען אוממעגלעך, לכל־הפּחות, אין מײַנע צײַטן. לעצטנס קומט פֿאָר אַ מין ווידער־אויפֿקום פֿון עדי ראָזנערן. אָנגעהויבן האָט עס זיך מיט אַ צײַט צוריק, אָבער באַזונדערס שטאַרק פֿילט זיך עס איצט, ווען מע מערקט אָפּ זײַן הונדערט־יאָריקן יוביליי. |
Search |
































קהילה־לעבן