User loginSearch |
אָנהייב אָקטאָבער 1992 האָט צו זיבעציק יאָר אויסגעהויכט זײַן נשמה דער וועלט־באַרימטער אימפּרעסאַריאָ יוסף (דזשאָו) פּאַפּ, גרינדער פֿון ניו־יאָרקער שעקספּיר־פֿעסטיוואַל־פּאָבליק־טעאַטער, פּראָדוצירער פֿון גרויסע בראָדוויי-שלאַגערס; דער מענטש, וואָס האָט אײַנגעפֿירט שעקספּירס פּיעסעס אין ניו־יאָרקער צענטראַל־פּאַרק, אויפֿגעשטעלט אויף אייגענער האַנט דעם פּאָבליק־טעאַטער אין דער געבײַדע וווּ אין די פֿופֿציקער יאָרן האָט עקזיסטירט דער "האַיאַס," און וווּ עס רוכעוועט זיך ביזן הײַנטיקן טאָג דאָרט פֿון אינאָוואַציעס און עקספּערימענטאַלער טעאַטער־קונסט.
צוויי חבֿרטעס, ענת (אַנאַט) גאָב און עדנה מאַזיאַ, די "בעסטע חבֿרטעס", ווי ס׳רופֿט זיך טאַקע איינער פֿון זייערע פֿאַרגאַנגענע בשותּפֿותדיקע ספּעקטאַקלען, האָבן איצט פֿאָרגעשטעלט אַ שפּאָגל נײַע אויפֿפֿירונג — "אַ וואַרעמע משפּחה" הייסט זי — וואָס נאָך דער פֿײַערלעכער פּרעמיערע, איז עס נאָך איינע פֿון זייערע גרויסע הצלחות.
דער מאָנטרעאָלער אינטערנאַציאָנאַלער ייִדישער טעאַטער־פֿעסטיוואַל אין יוני האָט אונדז געגעבן די זעלטענע געלעגנהייט זיך צו טרעפֿן מיט אָנפֿירנדיקע פּערזענלעכקייטן פֿונעם ייִדישן טעאַטער איבער דער וועלט, און זיך באַקענען פּנים־אל־פּנים מיט זיי, אויסהערן זייערע ביאָגראַפֿיעס און געדאַנקען וועגן זייער ווערק און ווײַטערדיקער אַרבעט לטובֿת דעם ייִדישן טעאַטער און קולטור.
אין אַ היימישער סבֿיבֿה איז, פֿונעם 17טן ביזן 25סטן יוני, פֿאָרגעקומען דער ערשטער מאָנטרעאָלער אינטערנאַציאָנאַלער ייִדישער טעאַטער־פֿעסטיוואַל אינעם "סעגאַל־צענטער פֿאַר טעאַטער־קונסט". דער פֿעסטיוואַל האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט איינע פֿון די וויכטיקסטע אונטערנעמונגען אין דער ייִדישער קולטור־וועלט במשך פֿון דעם יאָרצענדליק. נישט נאָר האָט מען גוט אָרגאַניזירט דעם צוזאַמענקום פֿון טרופּעס און אַלץ האָט גוט "געקלאַפּט",
פֿאַראַן אַ טעאַטערל אין ראַקלענד־קאַונטי, ניו־יאָרק שטאַט, וואָס רופֿט זיך "Penguin Theater." עס עקזיסטירט שוין איבער דרײַסיק יאָר, אַ דאַנק די צוויי ענערגישע אונטערנעמער דזשאָו בראַנקאַטאָ, אַרטיסטישער דירעקטאָר, און ענדרו האָרן, פֿאַרוואַלטער. דזשאָו בראַנקאַטאָ האָט אַ ניוך פֿאַר גוטע פּיעסעס. נישט איין מאָל האָט ער געשטעלט טעאַטראַלע אויפֿפֿירונגען אויף ייִדישע טעמעס. איך האָב זיי געזען אין מאַנהעטן און אַנדערע טעאַטערס איבער ניו־יאָרק.
שוין צוואַנציק יאָר גיט דער סאַברע ישׂראל טרייסטמאַן אָפּ זײַן נשמה דעם "ייִדישפּיל"־טעאַטער, און איצטער זעט ער די ברכה אין זײַן פֿיל־יאָריקער אַרבעט. צו די 50 יאָר, נאָך זײַן לעבנסראָלע זיגמונד, דעם שארית־הפּליטה אין דער פֿאָרשטעלונג "קינדער פֿון שאָטן", דערגרייכט טרייסטמאַן נאָך אַ שטאַפּל, ווען שמואל עצמון, דער דירעקטאָר פֿונעם טעאַטער, קלײַבט אים אויס, צוזאַמען מיט יעקבֿ באָדאָן, צו באַנײַען די פּיעסע "די קליינע מענטשעלעך", מיט הומאָריסטישע און סאַטירישע פֿראַגמענטן פֿון שלום־עליכם.
דער ייִדישער קיום אין רוסלאַנד הײַנט איז אַן ענין פֿון פֿאַרשידנאַרטיקע וויכּוחים צווישן סאָציאָלאָגן, דעמאָגראַפֿן, פּאָליטאָלאָגן. זייערע אײַנדרוקן און אויספֿירן זײַנען סתּירותדיק׃ פֿון איין זײַט, זײַנען ייִדן די סאַמע פּריווילעגירטע נאַציאָנאַלע מינאָריטעט אינעם לאַנד. ייִדן געהערן צו אַלע בראַנזשעס פֿון דער רוסישער עליט. זיי זײַנען אין דער רעגירונג, קולטור, וויסנשאַפֿט, צווישן די רײַכסטע בירגער. פֿון דער אַנדערער זײַט, זײַנען די אָביעקטיווע דעמאָגראַפֿישע אויסזיכטן אויף דער צוקונפֿט פֿונעם רוסישן ייִדנטום ווי אַן עדה, זייער קליין.
אין משך פֿון איין טאָג — דעם 26טן מײַ 2009 — איז ייִדיש געווען די מדינה־שפּראַך אין ישׂראל. אַזוי איז אויסגעקומען. מ’האָט זי געצערטלט, זי באַשאָנקען מיט לויבגעזאַנגען ביזן הימל און זי דערהויבן צו דער קאַטעגאָריע פֿון אַן אויסגעוויילט לשון. אין מיטן דעם שטראָם פֿון צוקער־זיסע ווערטער האָט זיך געוואָלט אויסשרײַען: נישט קיין לויבווערטער זײַנען מיר אויסן, אַלץ וואָס איר קאָנט זאָגן וועגן ייִדיש ווייסן מיר פֿון אויסנווייניק אַליין, לאָמיר רעדן תּכלית — וואָס זענט איר גרייט צו טאָן לטובֿת ייִדיש?ווי אַזוי קענט איר דערגרייכן, אַז מיט דער שפּראַך וואָס איר אַליין באַצייכנט ווי אַן אוניקום, וואָס האָט נישט זײַנס גלײַכן אין דער וועלט זאָל טאַקע געשען דער נס פֿון ווידער־אויפֿלעבונג?
פֿונעם 17טן יוני ביזן 25סטן יוני 2009 וועט פֿאָרקומען אַ היסטאָרישער צוזאַמענטרעף אין מאָנטרעאָל, קאַנאַדע, פֿון כּמעט אַלע ייִדישע טעאַטערס אויף דער וועלט. די טעאַטערס זענען בפֿירוש טרופּעס וואָס שפּילן אויף דער ייִדישער שפּראַך, נישט סתּם אויף ייִדישע טעמעס אין פֿאַרשיידענע לשונות. עס וועלן זיך באַטייליקן טעאַטערס פֿון פּוילן, ישׂראל, רומעניע, פֿראַנקרײַך און ניו־יאָרק. דערצו וועט פֿאָרקומען אַ סימפּאָזיום וועגן דעם ייִדישן טעאַטער, לעקציעס, קאָנצערטן, פֿילמען און אויסשטעלונגען במשך פֿון דער גאַנצער וואָך.
באַשיידן־בכּבֿודיק איז דורכגעפֿירט געוואָרן אינעם תּל־אָבֿיבֿער אַרבעטער־רינג דער הײַיאָריקער דערמאָנונגס־טאָג פֿון אויפֿשטאַנד אין וואַרשווער געטאָ. כּמעט נישט נייטיק אונטערצושטרײַכן די דערמאָנטע כאַראַקטער־שטריכן; אייגנטלעך, זײַנען זיי דאָך די בולטסטע אייגנשאַפֿטן פֿון אָט דער דערפֿאַרענער באַוועגונג. אָן דער אָנוועזנהייט פֿון ספּעציעלע געסט, זײַנען געקומען צום אויסדרוק טאַקע אירע אייגענע סאַמע עיקרדיקע פֿאָרשטייער, אין שפּיץ מיט שורע גרינהויז־טורקאָוו, וועלכע האָט מיט איר באַקאַנטער פֿעיִקייט אָנגעפֿירט מיט דער טרויער־פֿאַרזאַמלונג.
דער מאָסקווער ייִדישער טעאַטער "שלום" איז פֿאַראַיאָרן געוואָרן 20 יאָר אַלט. ס׳איז אַ היפּשער צײַט־אָפּשניט פֿאַר אַ טעאַטער. דאָס יוביליי־יאָר איז אָפּגעמערקט געוואָרן מיט די גאַסטראָלן, פּרעמיערעס, און אויך מיט אַ גרויסן פֿײַערונג־קאָנצערט אין דעם "טעאַטער פֿון עסטראַדע" אין מאָסקווע. אויף דעם קאָנצערט זײַנען זיך צונויפֿגעפֿאָרן געסט פֿון פֿאַרשיידענע שטעט פֿון רוסלאַנד און פֿון אויסלאַנד; די טעאַטער־שטערן און אָנגעזעענע אַרטיסטן פֿון דער בינע:
גאָט אַליין און מײַן רעדאַקטאָר ווייסן, אַז איך האַלט זיך אָפּ פֿון שרײַבן רעצענזיעס ווען עס קומט צו אונדזער נאַציאָנאַלן ייִדישן טעאַטער — די "פֿאָלקסבינע". די סיבות זײַנען פֿאַרשיידנאַרטיקע. קודם און צום אַלעם ערשטן, ווען איך האָב הנאה פֿון אַ פֿאָרשטעלונג לויב איך זי, און ווען איך האַלט נישט פֿון דער פּיעסע, שרײַב איך גאָרנישט. דער עיקר, ווען עס קומט צו דער איינציקער בת־יחידהניצע אין ניו־יאָרק, דאָס ייִדישע טעאַטער. |
|


























קהילה־לעבן