User login |
טײַערע חזנטע
זײַן אייניקל
5 רויטע זיסע פֿעפֿערלעך, צעשניטן 4 ציינדלעך קנאָבל, אָפּגעשיילט 1/2־1 לעפֿל איילבערט־בוימל 2 לעפֿעלעך צעשניטענער טימיאַן 3/4 לעפֿעלע זאַלץ 1/2־1 לעפֿעלע שוואַרצער פֿעפֿער 1 פֿונט (454 גראַם) פֿלאַנקען (flank steak) 1/2 לעפֿל קאַנאָלאַ־בוימל 1/2 טעפּל יויך 2 לעפֿעלעך רויטער ווײַן־עסיק הייצט אָן דעם אויוון ביז 500 גראַד (260 צעלזיוס).
1/4 טעפּל איילבערט־בוימל 1 ציבעלע, צעהאַקט 4 ציינדלעך קנאָבל, צעהאַקט 2 טעפּלעך געקאָכטע נאַהיט (אַרבעס), אָפּגעגאָסן 2 לעפֿעלעך פּאַפּריקע 1 לעפֿעלע קעמיניק 4 טעפּלעך צעקוועטשטע פּאָמידאָרן, מיטן זאַפֿט שוואַרצער פֿעפֿער 1 טעפּל צעברעקלטע פֿעטאַ־קעז 8 גרויסע אייער 2 לעפֿל פּעטרישקע, צעהאַקט הייצט אָן דעם אויוון ביז 425 גראַד (218 צעלזיוס). הייצט אָן דעם בוימל אין אַ גרויסער פּאַטעלניע איבער אַ מיטעלן פֿײַער, און מישט אַרײַן די ציבעלע און קנאָבל, ביז די ציבעלע ווערט ווייך. שיט אַרײַן דעם נאַהיט, פּאַפּריקע און קעמיניק, און קאָכט 2 מינוט. טײַערע חזנטע,
נישט קיין אומזיסט קינדער־היים
(turmeric), קען מען הײַנט קויפֿן אין ס׳רובֿ שפּײַזקראָמען. 3 לעפֿל איילבערט־בוימל 1 ציבעלע, צעשניטן 1 מער, צעהאַקט 2 גרויסע ציינדלעך קנאָבל, צעהאַקט 1/2 לעפֿל "קאָרי"־פּודער (curry powder) 1 טעפּל גרינע לינדזן 4-1/2 טעפּלעך וואַסער 1 פּושקע נאַהיט (chickpeas) 1 לעפֿל לימענע־זאַפֿט זאַלץ און שוואַרצער פֿעפֿער (לויט אײַער געשמאַק) הייצט 1 לעפֿל בוימל אין אַ טאָפּ איבער אַ מיטעלן פֿײַער. פּרעגלט די ציבעלע און מער, ביז די ציבעלע ווערט דורכזיכטיק, בערך 4 מינוט. מישט אַרײַן אַ העלפֿט פֿונעם צעהאַקטן קנאָבל, ביז די גרינסן ווערן ווייך, בערך 3 מינוט. גיט צו דעם "קאָרי"־פּודער. מישט 1 מינוט. גיסט אַרײַן די לינדזן און 4 טעפּלעך וואַסער. ווען עס הייבט אָן זידן, מאַכט אַ קליינעם פֿײַער און לאָזט די זופּ מליִען, ביז די לינדזן ווערן ווייך, אַרום 30 מינוט. טײַערע חזנטע, מײַן בחור און איך זענען צוזאַמען שוין פֿינף יאָר, און ער האָט מיך נאָך נישט געבעטן צו ווערן זײַן כּלה. ער איז 34 יאָר אַלט און איך בין 28 יאָר אַלט. ווען עס קומט פֿאָר אַ יום־טובֿ, אַ שׂימחה, טראַכט איך, אַז אָט, אָט וועט ער עפּעס זאָגן — אָבער תּמיד בין איך אַנטוישט. ער זאָגט, אַז ער וויל זײַן מיט מיר "אויף אייביק", אָבער ער האַלט נישט פֿון קיין חתונה האָבן — פֿאַר וואָס דאַרף מען אַ שטיקל פּאַפּיר אַרויסצוּווײַזן אונדזער ליבע? איך ווייס נישט, ווי צו ענטפֿערן אויף דעם. איך וויל אַ חתונה, פּונקט ווי מײַנע חבֿרטעס. איך וויל האָבן די מעגלעכקייט פֿון קענען אים אָנרופֿן "מײַן מאַן", און נישט "מײַן בחור". אויף דעם ענטפֿערט ער, אַז "גיב נאָר אַ קוק אויף די אַלע גטן וואָס קומען פֿאָר". פֿון דעסטוועגן פֿיל איך, אַז צו לעבן אָפֿיציעל ווי מאַן און ווײַב איז אַנדערש ווי פּשוט לעבן צוזאַמען. מײַן מאַמע זאָגט, אַז איך זאָל אים סטראַשען — אָדער — אָדער. מײַן טאַטע האַלט, אַז אויב מע דאַרף אים סטראַשען, טויג ער נישט פֿאַר זײַן טאָכטער; ער איז נישט מײַן באַשערטער. אָבער איך האָב אים ליב און וויל אויסלעבן מײַנע טעג מיט אים — וואָס זאָל איך טאָן? נאָך נישט קיין כּלה
אַוואָקאַדעס זענען געשמאַק און געזונט, אָבער מע דאַרף וויסן ווי זיי אָפּצושיילן. דער גרינגסטער אופֿן: צעשנײַדט עס פֿון אויבן אַראָפּ, און דערנאָך פֿון רעכטס אויף לינקס. נעמט אַרויס דאָס קערל, און דערנאָך וועט איר דאָס שאָלעכץ גרינג קענען אַראָפּנעמען מיט די פֿינגער. דרך־אַגבֿ, די קליינע, שוואַרצע "האַסס"־אַוואָקאַדעס זענען, געוויינטלעך, זאַפֿטיקער און מער באַטעמט ווי די גרויסע, גרינע קאַליפֿאָרניער אַוואָקאַדעס.
1/2 רויטע ציבעלע, צעשניטן אויף דינע רעפֿטלעך 1 טעפּל רויטער ווײַן־עסיק 2 "האַסס"־אַוואָקאַדעס, אין דינע רעפֿטלעך 1 לעפֿל איילבערט־בוימל זאַלץ און שוואַרצער פֿעפֿער, לויט אײַער געשמאַק
איך האָב לעצטנס געמאַכט דאָס מאכל פֿאַר מײַן משפּחה, ווי אַ בײַגעריכט צו ספּאַגעטי מיט פּאָמידאָרן־סאָוס, און במשך פֿון 10 מינוט, איז פֿון ביידע גאָרנישט געבליבן! אויב איר ניצט פֿאַרפֿרוירענע אַרבעס, צעשמעלצט עס צו ערשט אין מיקראָכוואַלניק, אָדער בײַ דער שטוב־טעמפּעראַטור. 1/4 טעפּל צעהאַקטע ציבעלע 3 לעפֿל נישט־געזאַלצענע פּוטער 2 פֿונט (9. קילאָ) ספּאַרזשע 1/2 2 טעפּלעך גרינע אַרבעס 1/2 לעפֿעלע זאַלץ 1/4 לעפֿעלע שוואַרצער פֿעפֿער 3/4 טעפּל בלעטער באַזיליק אָדער פּעטרישקע צעשנײַדט יעדעס ספּאַרזשע־שטענגל אויף 4 אָדער 5 שטיקלעך. צעשמעלצט די פּוטער אין אַ גרויסער פּאַטעלניע איבער אַ מיטעלן פֿײַער. גיט אַרײַן די צעהאַקטע ציבעלע און מישט, ביז די ציבעלע ווערט ווייך, 3—4 מינוט. טײַערע חזנטע, גרענעצן
אויב עס גלוסט זיך אײַך אַ מאָל צוגרייטן אַן עלעגאַנט מאכל, מאַכט אַ פֿראַנצויזישע ציבעלע־זופּ. דאָס בעסטע ברויט אַרײַנצולייגן אין דער זופּ איז אַ שטריצל (איטאַליעניש אָדער פֿראַנצויזיש ברויט), אָבער איר קענט ניצן וואָסער ברויט איר ווילט. די זופּ קאָכט מען, צום טייל, אין אַ הייסן אויוון; זײַט זשע זיכער, אַז די שיסעלעך אין וועלכער די זופּ באַקט זיך קענען אויסהאַלטן די היץ.
באַשפּריצט אַ פּאַטעלניע מיט שפּריצבוימל און פּרעגלט די ציבעלע איבער אַ מיטעלן פֿײַער 15 מינוט, ביז עס ווערט ווייך און גאָלדן־ברוין. מישט אַרײַן די פּוטער
אַ גוט מאכל דאַרף נישט בלויז זײַן געשמאַק, נאָר שיין אויך. אַ דאַנק די קאַבאַקלעך און פּאָמידאָרן, איז דאָס ווײַטערדיקע הינדל־געקעכץ פֿול מיט קאָלירן — אַ מחיה צו קוקן אויף דעם! 3/4 טעפּל ראַזעווער קוסקוס 1 פֿונט רויע בייליק־קאָטלעטן אָן הויט אָדער ביינער שוואַרצער פֿעפֿער, לויט אײַער געשמאַק 1 לעפֿל איילבערט־בוימל 1/2־1 טעפּלעך צעשניטענע ציבעלע 2 גרויסע ציינדלעך קנאָבל, צעהאַקט 1 לעפֿל פּאָמידאָרן־פּאַסטע 2 טעפּלעך צעהאַקטע פּאָמידאָרן 1/2 לעפֿעלע קעמיניק 1/2 לעפֿעלע צימערינג 2 טעפּלעך נאַהיט, אָפּגעגאָסן טײַערע חזנטע, איך טראָג! מײַן מאַן און איך דערוואַרטן באַלד אונדזער ערשט קינד, און זיצן ווי אויף שפּילקעס. מיר ביידע האָבן דערפֿאַרונג בײַם ניאַנטשען און אויפֿהאָדעווען עופֿעלעך און קליינע קינדער. מיר האָבן אויך נישט קיין מורא פֿאַר פּראָבלעמען, וואָס קענען פּלוצעם אויפֿקומען. פֿון דעסטוועגן וויל אונדז כּסדר יעדער גיבן אַן עצה — משפּחה, פֿרײַנד, באַקאַנטע — סתּם מענטשן אויף דער גאַס אין אונדזער געגנט. יעדער זאָגט אונדז וועלכע פּראָדוקטן מיר זאָלן קויפֿן, וואָס מע זאָל טאָן ווען דאָס קינד וויינט, און נאָך און נאָך. מיט איין וואָרט, דער קאָפּ דרייט זיך פֿון די אַלע עצות וואָס מיר מוזן אויסהערן. זאָל איך זיי זאָגן "אַ שיינעם דאַנק, ניין!" — ווען מע וויל אונדז געבן אַן עצה? אַ טראָגעדיקע טײַערע טראָגעדיקע, ס׳איז נישטאָ קיין העפֿלעכער אופֿן צו זאָגן די מענטשן, וועלכע ווילן אײַך העלפֿן, און ווינטשן געזונט און גליק, מע זאָל אײַך נישט געבן קיין עצות. די נאַטירלעכע רעאַקציע אויף דער בשׂורה, אַז איר טראָגט, איז איבערצולעבן די אייגענע מעוברתשאַפֿט און זיך טיילן מיט דעם, וואָס מע האָט זיך דערפֿון געלערנט. איך שטעל זיך פֿאָר, אַז קיינער טראַכט נישט אין דעם מאָמענט, ווען זיי עצהן אײַך, וויפֿל דערפֿאַרונג איר און אײַער מאַן האָבן אין דעם. זיי האַלטן דאָס פֿאַר אַ מיצווה. ס׳וואָלט בעסער געווען, ווען איר טראַכט גיכער וועגן דער כּוונה פֿון די מענטשן, און נישט וועגן זייערע רייד. אַז מע הערט זיך צו צו עצות, איז מען נישט מחויבֿ זיי אָנצונעמען. אָבער ווער ווייסט? אפֿשר קען מען זיך טאַקע עפּעס אויסלערנען? זאָל זײַן אין אַ מזלדיקער שעה! |
Search |



























קהילה־לעבן