User loginSearch |
אַ רעגירונג־פּאַנעל האָט פֿאַראַכטאָגן מיטוואָך רעקאָמענדירט, אַז די אַמעריקאַנער וואָס זענען אַלט 60 יאָר אָדער מער, זאָלן באַקומען אַן אײַנשפּריצונג קעגן דער דערוואַקסענער פֿאָרעם פֿון ווינטפּאָקן (shingles, בלע״ז). דער ווירוס איז גורם אַן אויסשיט אויף דער הויט וואָס טוט שטאַרק וויי. בערך 15 — 30 פּראָצענט פֿון די מענטשן, וואָס זענען אָנגעשטעקט מיטן ווירוס פֿאַר ווינטפּאָקן אַנטוויקלען די דערוואַקסענע ווינטפּאָקן מיט יאָרן שפּעטער. דער ווירוס ליגט צענדליקער יאָרן באַהאַלטן אין די נערוו־קעמערלעך לעבן דער חוט־השדרה, און ווערט מיט אַ מאָל אַקטיוו; דער אויסבראָך פֿון דער געדערעם־באַציל (E. coli) צוליבן עסן זאַק־שפּינאַט, קאָן שטאַרק שאַטן דעם פֿאַרקויף פֿון די פֿריִער־געוואַשענע, פּלאַסטיש־אײַנגעפּאַקטע סאַלאַטן, וואָס זענען הײַנט אַזוי פּאָפּולער בײַ די צײַט־באַגרענעצטע, דיעטע־באַוווּסטזיניקע אַמעריקאַנער, זאָגן די עקספּערטן פֿון דער שפּײַז־אינדוסטריע, וואָס באַטרעפֿט הײַנט 2.8 ביליאָן דאָלאַר אַ יאָר. קען דאָס טרינקען טיי אײַך באַשיצן קעגן די צוויי געפֿערלעכסטע חלאתן — מוח־אַטאַקן און ראַק? לויט אַ גרויסער שטודיע אין יאַפּאַן איז דער ענטפֿער סײַ יאָ, סײַ ניין: דאָס הייסט, עס קאָן פֿאַרקלענערן די ריזיקע פֿון אַ מוח־אַטאַק, אָבער נישט פֿון אַ ראַק. הגם אַ הער־אַפּאַראַט קען ממשותדיק פֿאַרבעסערן דאָס געהער, איז עס נישט תּמיד גרינג זיך צוצוגעוווינען צו אים. אָט זענען דאָ עטלעכע רעקאָמענדאַציעס פֿונעם "נאַציאָנאַלן אינסטיטוט וועגן טויבקייט און אַנדערע הער־פֿעלערן": |
|














קהילה־לעבן