שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

אַ גוטע בשׂורה — איך ליג שוין אין קימפּעט! וואָס איז די פּראָבלעם? מײַן מאַן און איך קענען נישט קומען צו אַ הסכּם מכּוח וואָסערע שפּראַכן צו רעדן מיט אונדזער עופֿעלע. מיר רעדן ביידע גוט ענגליש און העברעיִש און זענען ציוניסטן. מיר זענען מסכּים, אַז דאָס קינד דאַרף קענען העברעיִש, אָבער איך מיין, אַז דאָס קען וואַרטן ביז עס וועט אָנהייבן גיין שוין אין אַ ייִדישער טאָגשול.

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

עפּעס זייער אַ מאָדנע זאַך איז געשען בײַ דער אַרבעט. איך בין, ווי איר, אַ חזנטע אין אַ גרויסער סינאַגאָגע. אַ מאַן פֿון אונדזער מנין, וועמען איך קען נישט זייער גוט, איז אַרײַנגעקומען אין מײַן ביוראָ און האָט פֿאַר מיר אויסדערציילט זײַן האַרץ, אַז ער האָט זיך פֿאַרליבט אין מיר. ער געדענקט נאָך דעם ערשטן טאָג, וואָס מיר האָבן גערעדט איינער צום אַנדערן, מער ווי דרײַ יאָר צוריק. ער ווייסט, אַז איך האָב אַ מאַן, אָבער האָט געפֿילט, אַז ער מוז מיר דאָס אַנטפּלעקן.

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

איך האָב געפֿאַלשעוועט מײַן עקזאַמען. איך באַקום געוויינטלעך די בעסטע צייכנס און כ׳האָב קיין מאָל נישט געטאָן עפּעס קעגן דעם געזעץ אין מײַן לעבן. איך האָב אַזוי מורא געהאַט, אַז איך וועל באַקומען אַ שלעכטן צייכן אויפֿן עקזאַמען, אַז איך האָב אָפּגענאַרט דעם לערער: איך בין אַרויפֿגעגאַנגען צו אים און אים געפֿרעגט אַ פֿראַגע דרײַ מאָל, כּדי איך זאָל קענען קוקן אויף די ענטפֿערס פֿון אַן אַנדער תּלמיד.

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

דאָס נײַע יאָר האָט זיך ערשט אָנגעהויבן. איך האָב זיך געגעבן אַ נדר, אַז דאָס יאָר וועל איך זיך נישט פֿאַרלירן, און כ'וועל האַלטן אַן אויג אויף אַלץ וואָס איך דאַרף אויפֿטאָן — מײַן סדר־היום, מײַן אַרבעט, די קינדער אאַ״וו. געוויינטלעך, פֿיל איך ווי דער דאַך פֿאַלט אַראָפּ אויף מיר, אָבער דאָס יאָר האָב איך געוואָלט אָנהייבן אַלץ פֿון ס'נײַ.

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

איך בין נישט קיין רעליגיעזער ייִד, אָבער איך נעם אָנטייל אין אַלע ייִדישע יום־טובֿים, בפֿרט די ימים־נוראָים. די לעצטע עטלעכע חדשים זענען געווען שווערע פֿאַר מיר, צוליב גרויסע ווייטיקן אין מײַן פּלייצע. איך האָב בדעה געהאַט צו פֿאָרן מיט מײַן מאַן אויף אַ וואַקאַציע לכּבֿוד מײַן 50־יאָריקן געבוירן־טאָג, אָבער אין דער לעצטער מינוט זענען מיר נישט געפֿאָרן צוליב די ווייטיקן. במשך פֿונעם זומער, האָב איך אַזוי פֿיל זאַכן נישט געקענט אויפֿטאָן, אַז די חדשים זענען פֿאַרבײַ מיט גרויס אַנטוישונג.

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

די יום־טובֿים קומען אָן, און די צײַט אָפּצוגעבן אַ דין־וחשבון. אָבער ס׳איז דאָ איין זאַך וואָס קוועטשט מיך — עס פֿאַלט מיר נישט אײַן וואָס פֿאַר אַ זינד איך בין באַגאַנגען. דאָס קלינגט זייער עגאָיִסטיש, אָבער דאָס איז נישט מײַן מיין. איך בין 19 יאָר אַלט, איך טרינק נישט, נעם נישט קיין נאַרקאָטיק, און סעקס איז בײַ מיר אַן ערנסטער ענין.

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

מיט פֿיר חדשים צוריק בין איך געוואָרן אַ פֿעטער. זינט מײַן פּלימעניק איז געבוירן געוואָרן רעד איך נאָר ייִדיש צו אים. דאָס איז נישט קיין פּראָבלעם ווען איך און מײַן מאַמע היטן אים און מײַן שוועסטער און שוואָגער זענען נישטאָ. געוויינטלעך, זע איך מײַן פּלימעניק אין מײַן שוועסטערס היים. מײַן שוואָגער, מיר דאַכט, האָט פֿײַנט, ווען איך רעד אויף ייִדיש מיטן קינד, אַפֿילו ווען מיר זענען נישט אינעם זעלביקן צימער, אָבער, ער זאָגט מיר גאָרנישט. ער גייט צו צו מײַן שוועסטער (וועלכע האָט נישט קיין פּראָבלעם, ווען איך רעד ייִדיש) און זאָגט איר, אַז איך זאָל אויפֿהערן צו רעדן.

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

אַ חבֿרטע מײַנע פֿון אוניווערסיטעט, וועלכע איך האָב שוין דרײַ יאָר נישט געזען, איז געקומען צו גאַסט דעם סוף־וואָך. איך בין געווען צופֿרידן זי צו זען און צו פֿאַרברענגען מיט איר. מיר פֿלעגן זײַן נאָענטע פֿרײַנד און במשך פֿון די יאָרן געבליבן אין קאָנטאַקט דורכן טעלעפֿאָן און בליצבריוו. כאָטש מיר האָבן גוט פֿאַרבראַכט, האָב איך געוואָלט זײַן אַליין נאָך דעם ווי איך האָב מיט איר פֿאַרבראַכט עטלעכע שעה יעדן טאָג.

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

מײַן ברודער און זײַן פֿרוי זענען געקומען צו גאַסט און אײַנגעשטאַנען בײַ מיר אין פֿלאָרידע דעם זומער. אָבער זיי זענען נישט בלויז געקומען צו גאַסט, נאָר אויסגעניצט מײַן גאַסט־פֿרײַנדלעכקייט פֿאַר זייערע צוועקן. קיילע האָט פֿאַרבראַכט מיט אירע חבֿרטעס אין מיאַמי יעדן טאָג. אָדם איז איר נאָכגעגאַנגען ווי אַ הינטל, און נישט געוואָלט פֿאַרברענגען מיט מיר כאָטש אַ ביסל. איך האָב זיי אַפֿילו בפֿירוש געזאָגט, אַז איך וויל עסן מיט זיי אַ שבת־וועטשערע — נאָר מיר דרײַ.

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

פֿאַר וואָס קען מײַן חבֿרטע זיך נישט אויפֿפֿירן ווי אַ מיידל דאַרף זיך אויפֿפֿירן? עמילי האָט קורצע האָר און איז אַ ספּאָרטלערין. זי האָט ליב צו פֿאַרברענגען די צײַט מיט ספּאָרט — שפּילן, צוקוקן אָדער רעדן וועגן ספּאָרט — מיט מײַנע מאַנצביל־חבֿרים! זי טרינקט ביר און רעדט הויך אויף אַ קול און טראָגט אַפֿילו מענערישע קליידער. אפֿשר קלינגט עס, ווי איך בין נישט קיין גוטער חבֿר; אָבער, אין דער אמתן, האָב איך זי זייער ליב. מיר זענען אַ גליקלעך פּאָרל.

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה פּאָלאַק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

איך האָב צוויי וווּנדערלעכע, זיסע און קלוגע צווילינג־טעכטער — רחל און סאַמאַנטאַ. דאָס ערשטע מיידל צו ווערן אַ פֿרוי, וואָס שייך דעם קערפּער, איז געווען סאַמאַנטאַ. זי האָט באַקומען אַ הויט־אויסשלאַק, און איר קערפּער וואַקסט און בײַט זיך כּסדר. זי איז זייער סענסיטיוו אויף דעם. רחל, להיפּוך, איז נאָך קליין. אין גיכן וועלן די צוויי אָנהייבן זיך צוגרייטן צו דער בת־מיצווה און איך זאָרג זיך וועגן סאַמאַנטאַן.

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

איך גיי באַלד חתונה האָבן. דאָס איז מײַן צווייטע חתונה, אָבער די ערשטע פֿאַר מײַן חתן. זאָל איך טראָגן אַ ווײַס חופּה־קלייד? מײַן מאַמע האַלט, אַז ניין, אַז ס‘איז נאַריש.