User loginSearch |
טײַערע חזנטע, איך האָב אַ פּראָבלעם מיט וועלכער איך שעם זיך. איך באַטייליק זיך אין אַ מנין אין דער זעלבער שיל פֿון מײַנע קינדער־יאָרן. איצט בין איך 17 יאָר אַלט, אָבער די עלטערע מענטשן קוקן אויף מיר ווי איך וואָלט געווען נאָך 7. איין פֿרוי, רות כּהן, מאַכט מיך משוגע — ווען זי דערזעט מיך, נעמט זי מיך אַרום און גיט מיר אַ פּאַטש פֿון הינטן. איך געדענק, ווען זי פֿלעגט דאָס טאָן מיט צען, צוועלף יאָר צוריק. איך באַמי זיך זי אויסצומײַדן, אָבער אין אַזאַ קליינער שיל איז דאָס אוממעגלעך. וואָס דאַרף איך איר זאָגן וועגן דעם, אָבער דערבײַ זי נישט באַליידיקן? זאָל איך עפּעס זאָגן בכלל אָדער "זאָל מײַנס איבערגיין"? טײַערע חזנטע, איך אַרבעט ווי אַ געהילף בײַ אַ חזן אין אַ שיל. אַזוי פֿיל מענטשן ווילן, איך זאָל זיך באַקענען מיט זייער חבֿר אָדער קרובֿ, אַז איך ווער משוגע. איך בין יונג און באַמי זיך אויפֿצופֿירן פּראָפֿעסיאָנעל; אָבער מײַנע מיטאַרבעטער און די מיטגלידער אין דער קהילה "האַקן" מיר כּסדר וועגן דעם, איך זאָל האָבן אַ ראַנדעוווּ מיט זייער זון, אייניקל אָדער חבֿר. כאָטש איך בין יאָ אַ ביסל פֿאַראינטערעסירט אין דעם, וויל איך מע זאָל האָבן דרך־ארץ פֿאַר מיר און מײַן פּאָזיציע, און מיר דאַכט, אַז די שמועסן זענען נישט פּאַסיק בײַ דער אַרבעט. ווי קען איך די שמועסן אָפּשטעלן, אָבער בלײַבן העפֿלעך אין דער זעלבער צײַט? טײַערע חזנטע, מײַן נאָענסטע חבֿרטע, שׂרה, און איך זענען פֿאַרגאַנגען אין טראָגן אין דער זעלבער צײַט. במשך פֿון די לעצטע צוויי חדשים שמועסן מיר וועגן אונדזער מצבֿ, און שטעלן זיך פֿאָר, ווי ס‘וועט זײַן צו האָבן קינדער אין דער זעלבער עלטער. עס האָט גענומען בײַ שׂרהן אַ לאַנגע צײַט צו ווערן טראָגעדיק און זי וויל זייער שטאַרק האָבן אַ קינד. איך בין נישט געווען אַזוי זיכער, צי איך וויל ווערן אַ מאַמע, און תּיכּף געוואָרן טראָגעדיק. טײַערע חזנטע, איך בין אין מיטן פֿון אַ גט מיט מײַן דריטן מאַן. מײַנע צוויי זין זענען געווען קעגן דער חתונה פֿון אָנהייב אָן. אפֿשר זענען זיי געווען גערעכט, אָבער זיי האָבן זייערע אייגענע לעבנס, און איך דאַרף אויסלעבן מײַנס. איצט, אַז איך בין "ווידער אַ מויד", טרעף איך זיך ווײַטער מיט מענער אַ דאַנק מײַנע חבֿרים. מײַנע זין זענען אין כּעס אויף מיר און האַלטן, אַז איך דאַרף זיך בעסער באַקענען מיט זיך אַליין. טײַערע חזנטע, שוין אַכט חדשים וואָס איך האָב אַ חבֿרטע. דעם סוף־וואָך האָט זי גענעכטיקט בײַ מיר און געפֿונען ערגעץ פֿאַרשטעקט אין אַ ווינקל אין באָדצימער אַ פֿלעשל פֿרויען־פּאַרפֿום. מיט כּעס און טרערן האָט זי מיך באַשולדיקט אין זײַן נאָענט מיט אַנדערע פֿרויען. איך האָב איר געזאָגט דעם אמת — אַז דאָס פֿלעשל געהערט צו אַ פֿרוי, וועלכע איך האָב געקענט מיט אַ יאָר צוריק, און וואָס האָט איבערגעלאָזט עטלעכע זאַכן בײַ מיר אין וואַשצימער. איך האָב זיך נישט געכאַפּט, אַז די זאַכן זענען נאָך געבליבן דאָרטן. טײַערע חזנטע, דאָס גאַנצע לעבן האָב איך פֿאַרגעטערט מײַן עלטערע שוועסטער, ביילע. זי איז קלוג, גוט־האַרציק און הצלחהדיק. אָבער איך האָב ערשט איצט באַמערקט, אַז נאָך אַ שמועס מיט איר, האָב איך שלעכטע געפֿילן וועגן זיך אַליין. זי טוט דאָס נישט בכּיוון, אָבער ווען מיר צעשיידן זיך, ווער איך באַאומרויִקט. למשל, זי גיט אַ זאָג — "האָסטו שוין געקויפֿט אַ מתּנה פֿאַר דער מאַמען אויף מוטערס־טאָג? טײַערע חזטע, די דרײַ קינדער מײַנע וווינען שוין נישט מיט אונדז. דער זון וווינט אין ישׂראל, די עלטערע טאָכטער — אין קאַליפֿאָרניע, און די ייִנגסטע לערנט זיך אינעם אוניווערסיטעט, נישט ווײַט פֿון אונדז. זײַנען מיר פֿאַרבליבן ביידע, מײַן מאַן און איך, אין אַ ליידיקער שטוב. אַ גאַנצן טאָג אַרבעטן מיר, אָבער בײַ נאַכט און סוף־וואָך איז שטיל אין דער היים, אַז ס‘איז נישט צו פֿאַרטראָגן. איך פֿיל, אַז מײַן שלמה קומט אַרויס פֿון זײַן ביוראָ נאָר אָפּצועסן, און דערנאָך גייט ער צוריק אַרבעטן. טײַערע חזנטע, טײַערע חזנטע, איך בין אַלט 45 יאָר און כ‘האָב נישט קיין קינדער. איך האָב פֿאַרלוירן מײַן פֿרוי מיט אַכט יאָר צוריק ווען זי איז אומגעקומען אין אַ שרעקלעכן נאַרטל־אומגליק. דאָס גאַנצע לעבן האָב איך געוואָלט זײַן אַ טאַטע, און מײַן פֿרוי און איך האָבן געחלומט צו האָבן קינדער. איך אַרבעט שווער און כ‘האָב שוין גענוג געלט אײַנגעשפּאָרט אויפֿצוהאָדעווען אַ קינד. טײַערע חזנטע, איך בין אַ נישט־חתונה געהאַטע פֿרוי און ס‘איז מיר שוין נימאס געוואָרן, וואָס אַלע פֿרעגן בײַ מיר צי איך האָב "עמעצן". איך בין אַלט 34 יאָר און האָב אַ פֿײַנע קאַריערע ווי אַן אַדוואָקאַטקע. איך האָב אַ סך חבֿרים און האָב הנאה פֿון פֿאַרשיידענע אינטערעסן. געוויינטלעך, האָב איך אַ סך צוטרוי צו זיך. טײַערע חזנטע, פּלוצעם האָב איך באַמערקט, אַז מײַן מאַן איז אַלט געוואָרן! ער איז אַ בן־שישים און איך בין מיט בלויז דרײַ יאָר ייִנגער, אָבער איך האָב דערפֿילט, מיט אַ מאָל, אַז דער חילוק צווישן אונדז איז אַ ריזיקער. איך האָב הנאה פֿון פֿאַרברענגען מיט חבֿרים, עסן אין די רעסטאָראַנען, גיין אין טעאַטער און כּל־המינים אַקטיוויטעטן. האַרווי פֿלעגט הנאה האָבן פֿון די זעלבע זאַכן, טײַערע חזנטע, מײַנע קינדער האָבן "גרויסע אויגן." איך האָב מורא, אַז איך און מײַן מאַן האָבן זיי אין גאַנצן צעבאַלעוועט. מיר האָבן תּמיד הנאה געהאַט, ווען מיר האָבן זיי געשאָנקען חנוכּה־מתּנות, איין מתּנה יעדע נאַכט. מיר האָבן אָנגעהויבן מיט אַ קליין מתּנהלע און בײַם אַכטן ליכטל האָבן זיי באַקומען די בעסטע, טײַערסטע מתּנה. |
|














קהילה־לעבן