שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

מײַן זון איז אַכצן יאָר אַלט. מיר האָבן תּמיד געשטעלט דעם טראָפּ אויף דערציִונג אין אונדזער משפּחה. אונדזערע קינדער זענען געווען תּלמידים אין ייִדישע טאָג־שולן. מיר האָבן אַלע מאָל זיכער געמאַכט, זיי זאָלן צוגרייטן זייער היימאַרבעט און זיי געהאָלפֿן מיט פּראָיעקטן, און זיי געמוטיקט צו באַקומען גוטע צייכנס. מײַן זון דזשאָרדאַן איז געווען אַ מיטל־מעסיקער תּלמיד און האָט געדאַרפֿט שווער אַרבעטן צו באַקומען נישקשהדיקע צייכנס. ער האָט תּמיד פֿײַנט געהאַט, וואָס מיר דריקן אויף אים צו דערגרייכן די בעסטע צייכנס.

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

וואָס טוט מען, אויב מע האָט "לאָמפּן־פֿיבער", דאָס הייסט, מורא אַרויפֿצוגיין אויף דער בימה? איך דאַרף לייענען די תּורה בײַ מײַן זונס בר־מיצווה דעם 10טן יאַנואַר, פּרשת ויחי. איך דאַרף נאָר לייענען פֿינף פּסוקים. ביז איך האָב זיך צוגעגרייט איז געווען אַ גאַנצע מעשׂה; דאָך, האָב איך עס אָבער גוט אויסגעלערנט און קען עס טאָן. אָבער איך ווער זייער איבערגעשראָקן,

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

איך בין אַ מאַמע, 54 יאָר אַלט, וואָס האָדעוועט אויף איר בן־יחיד, ברוך, אַליין. ברוך איז אַ וווּנדער — ער שטודירט אין אַ גוטן קאָלעדזש, באַקומט גוטע צייכנס, און אַרבעט ווי אַ וואָלונטיר אין אַ סך ערטער. איך בין שטאָלץ מיט אים; מער ווי אַלץ אין מײַן לעבן. מיט פֿיר יאָר צוריק האָב איך זיך פֿאַרליבט אין אַ מאַן, ראָבערט. איך האָב פֿאַרקויפֿט מײַן הויז, ווײַל ער האָט מיר געהייסן אַזוי טאָן, און געלעבט מיט אים, ווײַל ער האָט צוגעזאָגט מיט מיר חתונה צו האָבן, און געפֿונען אַ נײַע שטעלע, כּדי מיר זאָלן זײַן צוזאַמען.

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

יעדן דאָנערשטיק, גייט אַרויס אַ גרופּע מיטאַרבעטער פֿון מײַן ביוראָ עסן צוזאַמען וועטשערע. איך האָב הנאה פֿון דער געלעגנהייט זיך בעסער צו באַקענען מיט אַלעמען, און איך קוק אַרויס אויף די דאָזיקע וועטשערעס. לעצטנס, אָבער, פּונקט ווען די פּרײַזן פֿונעם עסן זענען טײַערער געוואָרן, זענען אויך פֿאַרגרעסערט געוואָרן די אַפּעטיטן פֿון יעדן איינעם. מע באַשטעלט פֿאָרשפּײַזן, גרויסע מאָלצײַטן און געטראַנקען.

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

איך האָב זיך געלייגט אין בעט יענע נאַכט און ווען איך האָב זיך צוגערירט צום קישן, האָב איך דערזען אַ טשאָקאָלאַד מיט אַ קאַרטל! מײַן מאַן האָט זיי דאָרטן געלאָזט. טאַקע זיס! האָב איך געעפֿנט און איבערגעלייענט דאָס קאַרטל און געשטוינט; ס׳איז דאָרטן געשטאַנען — "דעם ראָש־השנה שיק איך דאָס קאַרטל מיט ליבשאַפֿט צו מײַן מאַמען!" דאָס וואָרט "מאַמע" איז אָנגעשריבן געוואָרן מיט גרויסע אותיות.

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

מײַן אַמאָליקער חבֿר האָט מיך נישט פֿײַן באַהאַנדלט די לעצטע חדשים פֿון אונדזער באַציִונג. מיט צוויי חדשים צוריק זענען מיר זיך צעגאַנגען און איך האָב געפֿילט אַזאַ ווייטיק ווי קיין מאָל נישט אין מײַן לעבן. אַזוי ווי מיר געפֿינען זיך איצט אין די טעג פֿון די ימים־נוראָים, האָט ער געוואָלט רעדן מיט מיר. ער האָט זיך מודה געווען, אַז ער האָט מיך באַעוולט און האָט בײַ מיר געבעטן מחילה. האָב איך געענטפֿערט, אַז איך דאַרף דאָס איבערטראַכטן.

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

מײַנע צוויי קינדער אין עלטער פֿון 5 און 7 ווילן נישט בלײַבן מיט מיר אין שיל דעם גאַנצן ראָש־השנה. זיי טענהן, אַז זייערע חבֿרים בלײַבן נישט אין שיל פֿאַרן גאַנצן דאַווענען. איך האַלט, אַז אויב זיי ווילן וויסן און ליב באַקומען די תּפֿילות, דאַרפֿן זיי בלײַבן; קיין אַנדער אופֿן איז נישט פֿאַראַן. וואָס זאָל איך טאָן?

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

זאָל איך שענקען אונדזער טעלעוויזאָר ווי אַ צדקה, און אַזוי אַרום זיך פּטרן פֿון אים אויף אייביק? מײַנע קינדער, יוגנטלעכע, קוקן צו פֿיל טעלעוויזיע! פֿון דער אַנדערער זײַט, האָב איך מורא, אַז זיי וועלן זיך פֿילן אַנדערש ווי זייערע חבֿרים. וואָס זאָל איך טאָן?

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

לעצטנס, זענען חבֿרים פֿון פֿלאָרידע געקומען קיין ניו־יאָרק אויף אַ באַזוך אויף פֿינעף טעג. נישט געקוקט אויף דעם, וואָס איך בין אַזוי פֿאַרנומען בײַ דער אַרבעט, האָבן מיר זיך געטראָפֿן עטלעכע מאָל. מיר האָבן געהאַט אָפּגערעדט נאָך אַ מאָל זיך צו טרעפֿן זונטיק, און איך האָב אַרויסגעקוקט אויף דעם באַגעגעניש. שבת־צו־נאַכטס, האָבן זיי מיר געקלונגען, אַז זיי קענען נישט קומען זונטיק, ווײַל אַן אַנדער חבֿר, וואָס זיי האָבן שוין לאַנג נישט געזען, האָט נאָר געקענט זיך טרעפֿן מיט זיי יענעם טאָג און אין דער צײַט.

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

מײַן מאַן פֿרעסט דעם גאַנצן טאָג — חזיר אויף ביידע באַקן. מיר געבן אויס גאָר אַ סך געלט אויף עסן. איך האָב מורא, אַז ער נעמט זיך צו ביסלעך דאָס לעבן און וועט אַוועקשטאַרבן פֿון פֿאַרשטאָפּטע אַרטעריעס. ער הערט זיך נישט צו צו מיר, און נישט צו די דאָקטוירים — צו קיינעם נישט. ער איז זייער דיק און ס'איז מיר שווער צו קוקן אויף אים. וואָס זאָל איך טאָן, אַז ער הערט זיך נישט צו צו מיר?

פֿאַרזאָרגט


טײַערע פֿאַרזאָרגט,

עס זעט מיר אויס, אַז איר דאַרפֿט זיך טאַקע זאָרגן וועגן אײַער מאַנס געזונט. פֿעטקייט איז אַ קרענק און דאָס עסן קען ווערן אַן אַדיקציע. אויב אײַער מאַן וועט נישט וועלן בײַטן זײַן לעבן־שטייגער און אָננעמען די ריכטיקע בײַטן צו פֿירן אַ געזונטן לעבן, וועט ער זײַן געזונט פּטרן. איך לייג פֿאָר, איר זאָלט נאָר האַלטן אין שטוב געזונטע עסנס און אים מוטיקן צו עסן ריכטיק און באַקומען פּראָפֿעסיאָנעלע הילף.


טײַערע חזנטע,

איך האָב אַ חבֿרטע וואָס לעבט אויס מײַן חלום. זי איז אַן איידעלע און וווילע חבֿרטע, אָבער ווען איך קוק אויף איר, זע איך אַלץ וואָס איך בין נישט געוואָרן. זי איז אַן אַדוואָקאַט אויף אַ גוטער שטעלע, מיט אַ פֿײַנער קאַריערע; איך בין אַ סעקרעטאַרשע. זי איז שיין און דאַר און האָט אַ מאַן; איך בין נישט קיין יפֿת־תּואר, כ'בין דיקלעך, און אַ געגטע. זי איז גוט צו יעדן איינעם; אין דער פֿרי בין איך תּמיד שלעכט אויפֿגעלייגט. איך וויל זיך חבֿרן מיט איר, אָבער ווי קען איך נישט זײַן איר מקנא? זאָל איך מער נישט בלײַבן איר חבֿרטע?

גרינע


טײַערע גרינע,

רײַסט נישט איבער די פֿרײַנדשאַפֿט, צוליב אײַערע געפֿילן, אַז איר טויגט נישט. דער ציל אין לעבן איז צו זײַן דאָס בעסטע וואָס מע קען זײַן. אויב איר האַלט, אַז איר קענט מאַכן אַ בעסערע קאַריערע, אָדער פֿאַרלירן אַ פּאָר פֿונט, אָדער געפֿינען אַ וועג צו זײַן בעסער אויפֿגעלייגט אין דער פֿרי, דאַרפֿט איר זיך שטעלן עס פֿאַר אַ ציל. אמתע חבֿרים איז שווער צו געפֿינען, און איך שטעל זיך פֿאָר, אַז איר וועט זיך בעסער פֿילן, ווען איר בלײַבט אַ געטרײַע חבֿרטע, נישט געקוקט אויף די געפֿילן פֿון קינאה. אין דער תּורה שטייט, אַז מע זאָל נישט גלוסטן נאָך דעם וואָס דער שכן האָט. עס מאַכט זיך, אַז מע האָט אַזוינע געפֿילן; אָבער מע קען זיי בײַקומען, אויב מע גייט אויפֿן ריכטיקן וועג.


טײַערע חזנטע,

איך בין 37 יאָר אַלט, אַן אַלטער בחור, און וווין מיט מײַן מאַמען. איך האָב זיך פֿאַרליבט אין אַ פֿרוי, וועלכע האַלט, אַז איך דאַרף איר באַווײַזן, אַז איך קען וווינען אַליין אַ יאָר לאַנג, איידער זי וועט מיט מיר חתונה האָבן. איך וויל מיט איר חתונה האָבן איצט. ווער איז גערעכט?

אַ מאַמעס אַ ייִנגל


טײַערער אַלטער בחור,

אויב אײַער חבֿרטע זאָרגט זיך, אַז איר קענט נישט וווינען אַליין, דאַרפֿט איר טאַקע איר ווײַזן, אַז איר קענט יאָ דאָס דורכפֿירן און זײַן אומאָפּהענגיק. לאָזט זיך נישט אַרײַן אין קריגערײַען מיט איר; גיט איר בטחון.

* * *
איר האָט שאלות אין "הלכות־ליבע?" שיקט אַ בריוו — אויף ייִדיש אָדער ענגליש — צו חזנטע סלעק: HazzanAri@yahoo.com
אָדער
Cantors Office
10400 Wilshire Blvd
Los Angeles, CA 90024

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

איך בין קיין מאָל נישט געווען קיין קלוגע. אין שול האָב איך תּמיד שווער געהאָרעוועט, כּדי צו באַקומען נישקשהדיקע צייכנס. עס קומט מיר אָן שווער צו פֿאַרשטיין פּאָליטיק און איך דאַרף איבערלייענען אַ מאַפּע עטלעכע מאָל, כּדי צו פֿאַרשטיין, אין וועלכער ריכטונג איך זאָל פֿאָרן. איך האָב ערשט אָנגעהויבן אַ נײַע שטעלע ווי די סעקרעטאַרין בײַ אַ דאָקטער, און יעדן טאָג זיץ איך ווי אויף שפּילקעס. איך האָב מורא, אַז איך וועל מאַכן אַ טעות און אָט־אָט וועט מען זיך כאַפּן, אַז איך טויג נישט.

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

איך האָב געהאַט אַ וווּנדערלעכן מיט­וווינער דאָס ערשטע יאָר אין קאָלעדזש. מיר זענען געוואָרן נאָענטע פֿרײַנד און גוט פֿאַר­בראַכט דאָס גאַנצע יאָר. אין מיטן פֿונעם צווייטן יאָר, האָט דזשעניפֿער באַשלאָסן מער נישט צו בלײַבן אין קאָנטאַקט מיט מיר. איך האָב זיך געפֿילט געטראָפֿן. איצט, אַכט יאָר שפּע­טער, האָב איך גע­פֿונען איר קאָנטאַקט־אינ­פֿאָר­מאַציע אויפֿן וועבזײַטל "פֿייסבוק". זאָל איך זיך שטעלן אין פֿאַרבינדונג מיט איר? אָדער כ׳זאָל גאָרנישט טאָן, ווײַל זי האָט מיר שוין קלאָר געוויזן, אַז אונדזער פֿרײַנ­דשאַפֿט איז, אין תּוך, נישט געווען אַזאַ נאָענטע?