שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

איך לערן זיך אַ צווייטן זמן ייִדיש אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט. בײַ די שריפֿטלעכע עקזאַמענס, באַקום איך גוטע צייכנס, ווײַל איך האָב אַ גוטן זכּרון און קען געדענקען אַ סך ווערטער. אָבער דאָס רעדן גייט בײַ מיר שווערער. איך בין שוין געווען אויף עטלעכע "יוגנטרוף"־אַקטיוויטעטן, אָבער איך ווער נערוועז צוליב דעם וואָס איך קען נישט אַ פּאָר ווערטער אַרויסרעדן. איך וויל קומען אויף דער "ייִדיש־וואָך" פֿון "יוגנטרוף", אָבער איך האָב מורא, זיך צו פֿילן אַ פֿאַרלוירענער. ווי קען איך פֿאַרבעסערן מײַן רעדן ייִדיש?

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

מיר דאַכט, אַז איך בין אַ "וואַנטבלום", וואָס קיינער וויל נישט מיט איר רעדן, נישט שפּילן אָדער האָבן צו טאָן מיט איר. ווען איך בין צווישן אַנדערע מענטשן, פֿיל איך, אַז איך טויג נישט אין גאַנצן. איך בין נישט אַזוי שיין ווי אַנדערע פֿרויען און איך וועג צו פֿיל. איך טראָג נישט קיין טײַערע קליידער און נישט קיין סך צירונג. איך בין אַ סימפּאַטישע און ערלעכע, אָבער איך ווייס, אַז כ׳בין נישט גענוג קלוג.

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

איך בין אַ געגטער, וואָס זוכט שטענדיק די "פֿרוי פֿון מײַנע חלומות". איך בין צו­פֿרידן מיט מײַן לעבן און קאַריערע און האָב אַ וווּנדערלעכע משפּחה, קינדער און פֿרײַנד. אָבער ביז איך געפֿין "זי", פֿיל איך אַ פּוסט­קייט און נישט־דערגאַנצקייט. אינעם איצטיקן מאָמענט האָב איך קיינעם נישט אין זינען.

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

איך בין אַ חתונה־געהאַטער יונגער־מאַן, אָבער דער יצר־הרע בײַ מיר איז ווי בײַ אַ בחור. יעדע פֿרוי וואָס גייט פֿאַרבײַ, צינדט אָן אַ פֿלאַם אין מיר. איך האָב זייער ליב מײַן פֿרוי און איך וויל איר נישט וויי טאָן. צי איז עס אַ פּראָבלעם ווען מע האָט אַן איין־מאָליקע באַציִונג מיט אַן אַנדער פֿרוי? איך קען אַנדערש נישט אײַנשטילן מײַן תּאווה. צי איז דאָס נאָרמאַל צו האָבן אַזעלכע געדאַנקען? און וואָס זאָל איך טאָן מיט דעם?

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

איך האָב אַ טאָכטער וואָס איז פֿופֿצן יאָר אַלט. זי לערנט זיך אין זייער אַן אַקאַ­דעמישער שול, און באַקומט גוטע צייכנס. לעצטנס, נאָך אַן עקזאַמען, האָט מײַן טאָכ­טער באַקומען אַ העכערן צייכן ווי איר חבֿרטע; אָבער, אַנשטאָט אָפּצוגעבן מזל־טובֿ, האָט איר חבֿרטע זיך באַקלאָגט — ווי קען דאָס זײַן, אַז איר צייכן איז געווען ערגער.

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

די מאַמע מײַנע מאַכט מיך משוגע! איך בין 18 יאָר אַלט און וווין אין מײַן קאָלעדזש־קאַמפּוס. איך קען זיך אַליין אײַנאָרדענען און דאַרף נישט, אַז מע זאָל האַלטן אַן אויג אויף מיר. מײַן מאַמע, אָבער, קלינגט מיר כּסדר צו דערמאָנען וועגן מײַנע עקזאַמענס, צי איך לייג זיך שלאָפֿן גענוג פֿרי, אַפֿילו צו פֿרעגן צי איך האָב געוואַשן די וועש. וואָס זאָל איך טאָן, זי זאָל אויפֿהערן מיך צו "באַדערן"?

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

מײַן מאַן און איך רעדן קוים איינער צום אַנדערן. מיר זענען ביידע פֿאַרנומען און אַרבעטן שווער בײַ אונדזערע שטעלעס. ער איז אַן אַדוואָקאַט, און איך בין אַ דאָקטער. מיר האָבן דרײַ שיינע קינדער, וועלכע זענען אויך זייער פֿאַרנומען. זיי לערנען זיך מוזיק, שפּילן קוישבאָל און לערנען זיך טאַנצן. עס דאַכט זיך מיר, אַז מײַן מאַן און איך האָבן נאָר צײַט אָנצורופֿן די אַקטיוויטעטן פֿון אונדזערע קינדער — ווער עס פֿירט ווע­מען און ווען. איך האָב אָבער מורא, אַז דער קאָנ­טאַקט צווישן אונדז צוויי ווערט פֿאַרלוירן.

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

ווען איך וואָלט געווען אין גאַנצן ערלעך מיט זיך אַליין, וואָלט איך געדאַרפֿט מודה זײַן, אַז מײַן 8־יאָריק טעכטערל איז געוואָרן אַן אמתע תּכשיט. זי יאָמערט און קלאָגט ווען מיר לאָזן זי נישט טאָן עפּעס וואָס זי וויל. אין אַ קראָם דאַרף מען אַלע מאָל איר קויפֿן עפּעס. זי טראַכט נאָר פֿון זיך אַליין. וואָס קען איך טאָן, זי זאָל ווערן מער סימפּאַטיש?

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

איך בין נישט מסכּים מיט מײַן מאַן וואָס שייך דער פּראָבלעם, ווי אַזוי מע זאָל דיסציפּלינירן אונדזערע קינדער. איך האַלטן נישט פֿון שלאָגן דאָס קינד. ער האַלט, אַז אַ פּאַטש אין "הינטער־חלק" איז אַמאָל כּדאַי. ווער איז גערעכט?

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

מײַן מאַמע איז אין אירע 80ער יאָרן. זי איז עובֿר־בטל און וווינט אין אַ מושבֿ־זקנים. איך וווין פֿינף מינוט פֿון איר און קום צו גאַסט עטלעכע מאָל אַ וואָך. אירע ברודער און שוועסטער און איך פֿאַרזיכערן, אַז זי האָט אַלץ וואָס זי דאַרף. שוין יאָרן ווי איך פֿאַרנעם זיך מיט אירע לעגאַלע און פֿינאַנציעלע ענינים. ווען איך בין געווען יונג, איז מײַן מאַמע געווען מײַן נאָענטסטע חבֿרטע; איך האָב נאָר געוואָלט פֿאַרברענגען מיט איר.

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

איך האָב זיך לעצטנס באַקענט מיט אַ פֿײַנער פֿרוי. מיר האָבן צוזאַמען געגעסן אין אַ רעסטאָראַן און גוט פֿאַרבראַכט. איך האָב זי געפֿרעגט, צי זי וויל זיך זען נאָך אַ מאָל, און זי האָט מיט פֿרייד געזאָגט, אַז יאָ. נאָך אַ מאָל האָבן מיר גוט פֿאַרבראַכט. דערנאָך ווען מיר האָבן געהאַלטן בײַם געזעגענען זיך, האָט זי געזאָגט, אַז זי דאַרף נאָך גיין אײַנקויפֿן צום עסן, און האָט מיך געפֿרעגט, צי איך וויל גיין מיט איר?

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

מיט אַ מאָל איז מײַן 17־יעריק טעכטערל געוואָרן זייער פֿרײַנדלעך מיט דער וועלט. כאָטש, על־פּי־לאָגיק, פֿאַרשטיי איך, אַז די אַנטוויקלונג איז אַ גוטע, ווײַל זי איז קלוג און אַחריותדיק, האָב איך, פֿון דעסטוועגן, מורא. ווען זי איז נישט מיט מיר, זאָרג איך זיך וועגן אַלץ — צי איז דער שאָפֿער פֿון איר אויטאָ אַ גוטער? צי זאָל איך איר קלינגען און הערן וואָס זי טוט? געפֿינט זי זיך אין זיכערע הענט?