שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"

טײַערע חזנטע,

פֿאַר וואָס קען איך קיין מאָל נישט מאַכן קיין באַשלוס? איך קווענקל זיך הין און צוריק וועגן יעדן ענין, יעדן באַשלוס. ווען איך בין אין אַ קליידער־געשעפֿט, קען איך נישט באַשליסן וואָסערע מלבושים צו קויפֿן. איך בין קיין מאָל נישט זיכער, וואָסער קלייד פּאַסט מיר מער. אַפֿילו נאָך דעם ווי איך קויף עפּעס, זאָרג איך זיך, אַז איך האָב געהאַט אַ טעות און פֿרעג זיך, צי איך האָב ריכטיק באַשלאָסן. פֿאַר וואָס קומט עס מיר אָן אַזוי שווער?